Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אויף דער שוועל פֿון אַ מעגלעכער קאָמפּיוטער־רעוואָלוציעAwaiting a possible computer revolution

די טעאָריע און פּראַקטיק פֿון קוואַנט־קאָמפּיוטערס איז ממש אָנגעשטאָפּט מיט ייִדישע נעמען.

נישט לאַנג צוריק איז אינעם זשורנאַל „פֿאָרבס‟ דערשינען אַ לאַנגער אַרטיקל וועגן דער הײַנטיקער אַנטוויקלונג פֿון קוואַנט־קאָמפּיוטערס — חידושדיקע מכשירים, וואָס קאָנען, אין פּרינציפּ, לייזן געוויסע פּראָבלעמען מיליאָנען און אַפֿילו מיליאַרדן מאָל גיכער, ווי אַ געוויינטלעכער קאָמפּיוטער.

נאָכן באַקענען זיך גענוג גוט מיט דער חכמה פֿון קוואַנט־קאָמפּיוטערײַ, האָב איך אויסגעפּרוּווט סײַ ספּעציעלע סימולאַציע־פּראָגראַמען, וואָס מאַכן נאָך קליינע קוואַנט־קאָמפּיוטערס, סײַ עכטע פּראָטאָטיפּן. אין דער אמתן, זענען די דאָזיקע פּראָטאָטיפּן ריזיק ווי אַ גאַנץ הויז, אָבער קליינע אין פֿאַרגלײַך מיט די פּלאַנירטע צוקונפֿטיקע מאַשינען. אַ דאַנק דער איניציאַטיוו פֿון דער פֿירמע IBM, קאָן זיך יעדער פֿאַרבינדן צו זיי, כּדי צו פּראָגראַמירן, הגם די פֿאַראינטערעסירטע מוזן צומאָל וואַרטן שעהען לאַנג, ביז עס קומט די ריי צו זייער פּראָגראַם — אַזוי ווי אין די פֿריִיִקע טעג פֿון קאָמפּיוטערײַ מיט 60 יאָר צוריק, ווען די צײַט פֿון קאָמפּיוטער־באַנוץ איז געווען שטרענג רעגלאַמענטירט.

ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט מען אין נאַצי־דײַטשלאַנד געהאַלטן, אַז די קוואַנטפֿיזיק איז אַ „ייִדישער‟ סאָרט וויסנשאַפֿט — צו אַבסטראַקט, צו ווײַט אָפּגעריסן פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן, צו מאָדנע… אַ דאַנק אַזאַ אַנטיסעמיטישער צוריקגעהאַלטנקייט האָט זיך די נאַציס נישט אײַנגעגעבן צו שאַפֿן די ערשטע נוקלעאַרע באָמבע. ס׳איז איראָניש, אַז ווען מע לייענט וועגן קוואַנט־קאָמפּיוטערײַ און מע באַנוצט זיך מיט קוואַנט־קאָמפּיוטערס, שאַפֿט זיך טאַקע אַן אײַנדרוק, אַז ס׳איז אַ מין „ייִדישע וויסנשאַפֿט‟: אַפֿילו די סאַמע יסודותדיקע טערמינען אינעם דאָזיקן געביט זענען ממש אָנגעשטאָפּט מיט ייִדישע נעמען.

איינער פֿון די וויכטיקסטע עלעמענטן אין אַ קוואַנט־קאָמפּיוטער הייסט אַן אַדאַמאַר־טויער, אַ נאָמען נאָכן פֿראַנצויזיש־ייִדישן מאַטעמאַטיקער זשאַק־סאָלאָמאָן אַדאַמאַר (Hadamard). הגם ער איז אַליין נישט געווען קיין פֿיזיקער, האָט ער מיט זײַנע מאַטעמאַטישע פֿאָרשונגען שטאַרק משפּיע געווען אויף דער קוואַנטפֿיזיק. דרײַ אַנדערע קוואַנט־עלעמענטן — Pauli-X, Pauli-Y און Pauli-Z — הייסן אַזוי לכּבֿוד דעם דײַטשיש־ייִדישן פֿיזיקער וואָלפֿגאַנג פּאַולי.

צווישן נײַערע עקספּעריענטאַלע דעטאַלן זענען דער פֿרעדקין־טויער און דער דויטש־טויער, דערפֿונדן דורך צוויי באַקאַנטע הײַנטצײַטיקע פֿיזיקער: עדוואַרד פֿרעדקין און דוד־אליעזר דויטש. אינעם עצם־פֿונקציאָנירן פֿון אַ קוואַנט־קאָמפּיוטער שפּילט אַ שליסל־ראָלע די אַזוי־גערופֿענע רבי־אָסצילאַציע, אויפֿן נאָמען פֿון איסידאָר־יצחק רבי.

שוין אָפּגערעדט, אַז די קוואַנט־פֿאַרפּלאָנטערטקייט (quantum entanglement), צוליב וועלכער אַ קוואַנט־קאָמפּיוטער אַרבעט בכלל, האָבן צו ערשט באַטראַכט די פֿיזיקער אַלבערט אײַנשטײַן, באָריס פּאָדאָלסקי און נתן ראָזען.

אַוודאי טאָר מען נישט איבערטרײַבן די ייִדישע ראָלע אין דער קוואַנטפֿיזיק. למשל, קיין חשבונות וואָלט מען אויף אַזאַ מכשיר נישט געקאָנט פֿירן אָן פֿונדאַמענטאַלע פֿאָרשונגען פֿון צוויי גרויסע בריטישע נישט־ייִדישע פֿיזיקער: פּאָל דיראַק און ערווין שרעדינגער.

אין פֿאַרגלײַך מיט די געוויינטלעכע טאָג־טעגלעכע אָביעקטן, געפֿינען זיך די עלעקטראָנען, פֿאָטאָנען, פּראָטאָנען און אַנדערע מיקראָסקאָפּישע „ציגעלעך‟ פֿונעם אוניווערס אין סופּערפּאָזיציע — דהײַנו, אין עטלעכע מעגלעכע היפּוכדיקע מצבֿים מיטאַמאָל. בלויז ווען מע אָבסערווירט זיי, „שטעלן‟ זיי זיך אויפֿן אָרט.

אין אַ געוויינטלעכן עלעקטראָנישן מכשיר זענען אַלע דעטאַלן צונויפֿגעבונדן מיט דראָטן. די קוביטן — הויפּט־עלעמענטן פֿון אַ קוואַנט־קאָמפּיוטער — קאָנען זײַן אַלע פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן, אַפֿילו אויב זיי זענען אין גאַנצן צעטיילט, אַנטהאַלטן אין אַזאַ מצבֿ אַן אַסטראָנאָמיש ריזיקן סכום אינפֿאָרמאַציע און באַשליסן מאָמענטאַל אַלע צוזאַמען, וואָס צו טאָן מיט איר. ווי אַזוי דאָס אויסצונוצן אויף אַ פּראַקטישן אופֿן — איז אַן אַנדער, גאָר קאָמפּליצירטע פֿראַגע. נישט צופֿעליק רופֿט מען אַזאַ מצבֿ פֿאַרפּלאָנטערטקייט.

מיט זייער כיטרע קונצן קאָן מען עס אָבער דערגרייכן. אין פֿאַרגלײַך מיט געוויינטלעכע קאָמפּיוטערײַ־ביכער, הייבט זיך אָן יעדעס בוך וועגן קוואַנט־קאָמפּיוטערס מיט גענוג קאָמפּליצירטע מאַטעמאַטישע גלײַכונגען; אַפֿילו כּדי אויסצורעכענען צוויי מאָל צוויי, מוז מען זיי אין קוואַנט־קאָמפּיוטערײַ גוט וויסן.

צי וועלן די קוואַנט־קאָמפּיוטערס טאַקע ברענגען צו אַן עכטער טעכנאָלאָגישער רעוואָלוציע? שווער צו זאָגן. די עפֿעקטן, וואָס ווערן איז זיי באַנוצט פֿאָדערן עקסטרעם קאַלטע טעמפּעראַטורן, נאָענט צום אַבסאָלוטן נול, קעלטער ווי אינעם אָפֿענעם קאָסמאָס. ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז עס וועט זיך אײַנגעבן צו שאַפֿן אַ קוואַנט־קאָמפּיוטער, וואָס וועט אַרבעטן אָן אַ גרויסער פֿרידזשידער־סיסטעם. דערצו, זענען די עפֿעקטן סײַ־ווי־סײַ זייער ברעכיק. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז די עקזיסטירנדיקע קוואַנט־קאָמפּיוטערס שטעלן מיט זיך שוין פֿאָר אַן עכטן דענקמאָל צו די גרעסטע פֿיזיקער און מאַטעמאַטיקער — און וועלן מסתּמא ווערן זייער נוצלעך אין געוויסע געביטן, וואָס פֿאָדערן מאַסיווע פּאַראַלעלע חשבונות.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.