אָנלײַן־שׂימחה לכּבֿוד שבֿע צוקערס נײַ ביכלOnline celebration for Sheva Zucker’s new book
„פֿון יענער זײַט שוועל“ נעמט אַרײַן עסייען, אינטערוויוען און רײַזע־נאָטיצן פֿון די 1980ער יאָרן ביז 2020.
במשך פֿון די 1980ער יאָרן ביז 2020 האָט שבֿע צוקער, די געוועזענע רעדאַקטאָרין פֿון „אויפֿן שוועל“ פֿאַרעפֿנטלעכט צענדליקער אַרטיקלען אויף זײַנע זײַטן. אַ דאַנק צוקער, איז דער אָרגאַן פֿון דער ייִדיש־ליגע טאַקע פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מאָדערנעם ליטעראַרישן זשורנאַל.
ווען זי האָט זיך פּענסיאָנירט אין פֿרילינג 2020, האָט די אָרגאַניזאַציע אַרויסגעלאָזט אַ זאַמלונג פֿון אירע אַרטיקלען, „פֿון יענער זײַט שוועל“.
זונטיק, דעם 7טן מאַרץ, 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט די ייִדיש־ליגע פּראַווען די פּובליקאַציע פֿונעם ביכל מיט אַן אָנלײַן־פֿײַערונג. שבֿע צוקער וועט שמועסן מיט גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, דער פֿאָרזיצערין פֿון דער ייִדיש־ליגע און סטיל־רעדאַקטאָרין פֿון „אויפֿן שוועל“, און מע וועט פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿונעם ביכל.
די פּראָגראַם וועט טראַנסמיטירט ווערן דורך „זום“. כּדי אים צו זען, גיט אַ קוועטש דאָ.
שבֿע צוקער איז געווען די רעדאַקטאָרין פֿון „אויפֿן שוועל“ פֿון 2005 ביז 2020 און ס׳רובֿ אַרטיקלען אינעם ביכל זענען פֿון יענער תּקופֿה, ווי, למשל, פּראָפֿילן פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, יאָני פֿײַן און יחיאל שרײַבמאַן; מיינונג־אַרטיקלען; עסייען וועגן דער געשיכטע פֿון דער „פֿרײַלאַנד־ליגע“ און „ייִדיש־ליגע“ און רײַזע־נאָטיצן, אַרײַנגערעכנט אַ לענגערן באַריכט געשריבן נאָך אַ נסיעה קיין ביראָבידזשאַן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO