אויסשטעלונג פֿון קאַרטונען אינספּירירט פֿון דער ייִדישער קולטורExhibit of cartoons inspired by Yiddish culture
צווישן די צייכענונגען וואָס מע קען איצט זען: קאָמיקסן וואָס שילדערן ייִדישע שפּריכווערטער
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
כּדי צו ווײַזן די השפּעה וואָס די ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור האָט געהאַט אויף די ישׂראלדיקע קאַרטוניסטן, האָט די „נאַציאָנאַלע אַסאָציאַציע פֿון קאַריקאַטוריסטן און קאָמיקס־קינסטלער“ אין ישׂראל לעצטנס געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג אינעם נאַציאנאַלן קאַריקאַטור־מוזיי אין חולון.
די אויסשטעלונג, פֿאַר וועלכער די קאַרטוניסטן נמרוד רשף און רחל אחונוב האָבן אויסגעקליבן די עקספּאָנאַטן, נעמט אַרײַן 63 קאַריקאַטורן. אַ טייל פֿון זיי זענען אַלטע קאַרטונען און צייכענונגען פֿון דער העברעיִשער פּרעסע און אַ טייל זענען נײַע שאַפֿונגען פֿון די לעצטע דרײַ יאָר.
אין 2018 האָט די „נאַציאָנאַלע אַסאָציאַציע פֿון קאַריקאַטוריסטן און קאָמיקס־קינסטלער“ לאַנצירט אַ קאָנקורס צו אינספּירירן קאַרטוניסטן אין ישׂראל, ווי אויך אין אויסלאַנד, צו שאַפֿן נײַע ווערק וואָס פֿאַררופֿן זיך אויף דער ייִדישער קולטור. די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור“ האָט אונטערגעשטיצט דעם פֿאַרמעסט, צוזאַמען מיט דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון איציק און זשעניע מאַנגער“. מע האָט אָנגענומען קאַריקאַטורן אינספּירירט פֿון ייִדישע אידיאָמען און פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע און ליטעראַטור, ווי אויך אילוסטראַציעס צו באַגלייטן נײַע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע קינדערביכער.
צווישן די עקספּאָנאַטן געפֿינט זיך אַן אילוסטראַציע פֿון שלמה אַבסעס קינדערביכל „די כעלעמער חכמים און די לבֿנה“ געצייכנט דורכן קאָמיקס־קינסטלער עומר הופמן; קאַריקאַטורן פֿון באַרימטע פּערזענלעכקייטן ווי שלום־עליכם געצייכנט פֿון נעם נדב ) און בילדער פֿון שמעון דזשיגאַן געשאַפֿן דורך יעקבֿ פֿאַרקאַש 1923־2002, אויך באַקאַנט ווי „זאבֿ“, — אַן אונגערישער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס איז געוואָרן דער הויפּט־קאַרטוניסט פֿאַר דער צײַטונג „האָרץ“.
דער אײַנטריט איז 15 שקלים פֿאַר דערוואַקסענע, 10 שקלים פֿאַר סטודענטן און סאָלדאַטן און 7 שקלים פֿאַר זקנים. אָט זענען די שעהען פֿונעם מוזיי:
מאָנטיק און מיטוואָך, פֿון 10:00 אין דער פֿרי ביז 1:00 נאָך מיטאָג
דינסטיק און דאָנערשטיק פֿון 5:00 ביז 8:00 אין אָוונט
שבת — פֿון 10:00 אין דער פֿרי ביז 3:00 נאָך מיטאָג.
דער מוזיי איז פֿאַרמאַכט פֿרײַטיק און זונטיק.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO