קינדער פֿון ייִדישער טאָגשול וועלן זינגען די פֿיר קשיות בעתן „דריטן סדר“ אָנלײַןYiddish day school students will sing the Four Questions at this year’s online Third Seder
די לידער און נאַראַציע וועט זײַן אויפֿן סמך פֿון דער וועלטלעכער הגדה וואָס מע האָט געניצט אין די ייִדישע נאכמיטאָג־שולן.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
פֿאַראַיאָרן, בעת די ערשטע וואָכן פֿון דער קאָראָנאַ־ווירוס־פּאַנדעמיע, ווען מע האָט ערשט אָנגעהויבן זיך צוגעוווינען צו אָרגאַניזירן „זום“־אונטערנעמונגען, האָט הרבֿ אַבֿרהם מלאָטעק אײַנגעאָרדנט אַ „דריטן סדר“ ווי אַן אופֿן צונויפֿצוברענגען פֿון דער ווײַטנס די ליבהאָבער פֿון ייִדיש.
די פּראָגראַם איז געווען אַ גרויסער דערפֿאָלג — מער ווי 20,000 מענטשן האָבן אים געקוקט.
הײַיאָר אָרגאַניזירט מלאָטעק, צוזאַמען מיט משה ראָזענפֿעלד, דער פּרעזידענט פֿון Golden Land Concerts and Connections, נאָך אַ דריטן סדר אויף אַ גרעסערן פֿאַרנעם. די פּראָגראַם וועט טראַנסמיטירט ווערן אַ וואָך פֿאַר פּסח, זונטיק דעם 21סטן מאַרץ, 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט.
עס וועלן זינגען לידער און דערציילן די הויפּט־געשעענישן פֿון דער הגדה זינגער און אַקטיאָרן פֿון אַמעריקע, קאַנאַדע, גרויס־בריטאַניע, האָלאַנד, דײַטשלאַנד, שאָטלאַנד, אויסטראַליע און ישׂראל. צווישן זיי: סטיווען סקײַבעל, וואָס האָט געשפּילט טבֿיה אין „פֿידלער אויפֿן דאַך“ אויף ייִדיש, דער זינגער און אַקטיאָר — דניאל קאַהן; דער חזן, יעקבֿ לעמער און די זינגערין סאַשע לוריא פֿון דער קאַפּעליע „פֿאָרשפּיל“. בסך־הכּל וועלן מער ווי 35 מענטשן זיך באַטייליקן אין דער אונטערנעמונג. זלמן מלאָטעק, דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער „פֿאָלקסבינע“ וועט דיריגירן די מוזיק.
אַ קינדערכאָר פֿון דער מעלבורנער „שלום־עליכם־שול“ וועט זינגען די פֿיר קשיות. די „שלום־עליכם־שול“ איז הײַנט די איינציקע טאָגשול מחוץ דער חסידישער וועלט וווּ דער ייִדיש־לימוד פֿאַרנעמט אַ ממשותדיקן טייל פֿונעם קוריקולום.
אַבֿרהם מלאָטעק, וואָס דינט ווי דער רבֿ בײַם גרויסן מאַנהעטענער „ייִדישן קהילה־צענטער“ אויפֿן נאָמען פֿון מאַרלען מײַערסאָן, האָט צוזאַמענגעבראַכט צענדליקער אָרגאַניזאַציעס דורכצופֿירן דעם דריטן סדר. צוזאַמען מיטן „ייִדישן קהליה־צענטער“ און דער פֿאָלקסבינע, וועלן אָנטיילנעמען מער ווי 20 אָרגאַניזאַציעס געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אַמעריקע, ישׂראל, פּוילן, אויסטראַליע, קאַנאַדע, דײַטשלאַנד און בראַזיל.
דער „דריטער סדר“ איז געווען אַ פּאָפּולערע טראַדיציע בײַ די ייִדישע שולן און ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציעס פֿון די 1920ער ביז די 1990ער יאָרן, בפֿרט אין ניו־יאָרק. דער אַרבעטער־רינג פֿלעג דורכפֿירן אַ ריזיקן סדר בײַם „וואַלדאָרף־אַסטאָריע“־האָטעל און אַ סך לידער און פֿאָרלייענונגען פֿון אָט דער פּראָגראַם ווערן ווײַטער גענוצט בײַ משפּחות בײַ זייער אייגענעם סדר, ווי אויך בײַ געוויסע אָרגאַניזאַציעס וואָס פֿירן עד־היום דורך אַ דריטן סדר פֿאַר זייערע מיטגלידער. אַחוץ מער טראַדיציאָנעלע עלעמענטן ווי די „פֿיר קשיות“ , נעמט דער דריטער סדר אַרײַן ייִדישע לידער ווי „אויפֿן ניל און “אינעם לאַנד פֿון פּיראַמידן“. אַ וויכטיקער טייל פֿונעם דריטן סדר זענען די לידער וועגן סדרים וואָס מע האָט געמאַכט בשעת די שווערסטע מאָמענטן אין דער ייִדישער געשיכטע: דעם חורבן און דער אינקוויזיציע. צווישן זיי — אַבֿרהם רייזענס „זאָג מאַראַן“ און בינעם העלערס „אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן.
דער דריטער סדר איז בחינם. כּדי צו באַקומען אַ דערמאָנונגען וועגן דער אונטערנעמונג, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO