ייִדיש־לערערין און געוועזענע קולטור־דירעקטאָרין פֿון קעמפּ בויבעריק, חנה שאַכנער, איז אַוועקYiddish teacher and former Camp Boiberik culture director Chana Schachner has died
זי איז מסתּמא די איינציקע ייִדישע קולטור־טוערין וואָס האָט במשך פֿון די יאָרן געאַרבעט אין אַלע פֿינעף אַמעריקאַנער ייִדישע קעמפּס.
חנה שאַכנער, די לאַנג־יאָריקע ייִדישע שול־לערערין און אַמאָליקע קולטור־דירעקטאָרין פֿון קעמפּ בויבעריק, איז דעם 7טן פֿעברואַר 2021 געשטאָרבן אין איר שטוב אין היקסוויל, לאָנג־אײַלאַנד, אין עלטער פֿון 90 יאָר.
צווישן די 1950ער און 1980ער איז חנה שאַכנער געווען אַ ייִדיש־לערערין אין די שלום־עליכם־פֿאָלקסשולן און פֿאַרשידענע זונטיקשולן. אין די ערשטע יאָרן איז זי אַליין געווען אַ תּלמידה אין די בראָנקסער שלום־עליכם שולן, און טאַקע דאָרט האָט זי זיך פֿאַרליבט אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. זי האָט אויך פֿאַרענדיקט די ייִדישע מיטלשול און דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר.
אירע ערשטע יאָרן ווי אַ ייִדיש־לערערין האָט חנה געאַרבעט בײַ עטלעכע בראָנקסער שלום־עליכם־שולן אונטערן אויפֿזיכט פֿון דער פּעדאַגאָגין אסתּר קאָדער. שפּעטער, ווען זי האָט זיך באַזעצט אין דזשעריקאָ, לאָנג־אײַלאַנד, האָט זי אויך געלערנט אין אַן אָרטיקער ייִדישער שול און ווען דאָס האָט זיך געשלאָסן האָט זי געגרינדעט אַ נײַע.
זי האָט אויך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין די ייִדיש־שפּראַכיקע זומער־לאַגערן און איז מסתּמא די איינציקע ייִדישע קולטור־טוערין וואָס האָט במשך פֿון די יאָרן געאַרבעט אין אַלע פֿינעף אַמעריקאַנער ייִדישע קעמפּס. אין 1944 האָט זי באַקומען אַ שטעלע בײַם קאָמוניסטישן זומער־לאַגער, קינדערלאַנד. פֿון 1946 ביז 1951 (און אויך אין די שפּעטערע יאָרן) האָט זי געאַרבעט אין קעמפּ בויבעריק. אין 1952 — בײַם ציוניסטישן קעמפּ, קינדערוועלט. אָנהייבנדיק פֿון 1953 האָט זי אַ סך יאָרן אָנגעפֿירט מיט דער קולטור־פּראָגראַם אין קעמפּ קינדער־רינג, און אין 1968 — אינעם בונדיסטישן לאַגער, קעמפּ המשך.
פֿון אַלע ייִדישע לאַגערן איז בויבעריק איר געווען דאָס נעענטסטע צום האַרצן. זי האָט תּמיד געלויבט דעם גרינדער פֿון בויבעריק, לייבוש לערער, ווי „אַ זשעני‟ וואָס האָט זייער גוט געוווּסט ווי אײַנצוּוואָרצלען אַ ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער קולטור בײַ די אַמעריקאַנער־געבוירענע קינדער.
חנה איז געבוירן געוואָרן דעם 21סטן יוני 1930 אין בראָנקס, ניו־יאָרק. אירע טאַטע־מאַמע זענען געווען פֿון דער שטאָט בענדין, פּוילן, וווּ זיי האָבן אין 1923 חתונה געהאַט און גלײַך אימיגרירט קיין אַמעריקע. די קרובֿים וואָס זענען פֿאַרבליבן אין בענדזין זענען שפּעטער אַלע אומגעקומען אין אוישוויץ. דער טאַטע איז געווען אַ בונדיסט און אין אַמעריקע איז ער געוואָרן אַקטיוו אין דער טרייד־יוניאָן־באַוועגונג. די מאַמע איז געווען אַ מיטגליד פֿונעם לינקן פּועלי־ציון.
פֿון די פֿריסטע קינדעריאָרן האָט חנה זיך געלערנט אין דער שלום־עליכם שול און שטאַרק ליב באַקומען ייִדיש. ווען זי איז אונטערגעוואַקסן האָט זי רעגלמעסיק געלייענט די ייִדישע צײַטונג. „יעדן טאָג האָב איך געלייענט סײַ די ׳ניו־יאָרק טײַמס׳ סײַ דעם ׳טאָג־מאָרגן זשורנאַל׳,‟ האָט חנה געזאָגט אין אַן אינטערוויו מיטן ייִדישן ביכער־צענטער. „און ווען דער ׳טאָג־מאָרגן זשורנאַל׳ האָט זיך געשלאָסן האָב איך געלייענט דעם פֿאָרווערטס.‟ חנה האָט זיך באַקענט מיט איר מאַן, יחיאל, בײַם ייִדיש־רעדנדיקן ברענטש פֿונעם אַרבעטער־רינג. זיי האָבן געהאַט צוויי קינדער — משה, וואָס האָט אויך לאַנגע יאָרן פֿאַרבראַכט אין קעמפּ בויבעריק, און מלכּהלע, וואָס איז טראַגיש געשטאָרבן פֿון אַ ראַק אין 1966.
זי און יחיאל האָבן ביידע שטאַרק ליב געהאַט צו פֿאָרן אויף רײַזעס אין די ווײַטע לענדער און האָבן במשך פֿון די יאָרן באַזוכט ממש צענדליקער ערטער איבער דער וועלט.
זי האָט אויך שטאַרק ליב געהאַט צו מאַכן צירונג פֿון זאַכן וואָס זי האָט געפֿונען אין דער נאַטור. „די מאַמע פֿלעג שפּאַצירן אין וואַלד אָדער אויפֿן ברעג ים זוכנדיק פֿונגוסן, שוועמלעך, שטיקלעך האָלץ, שטיינדעלעך און ים־שיסעלעך כּדי צו מאַכן צירונג דערפֿון,‟ האָט איר זון, משה געזאָגט. „אָבער זי האָט עס נאָר געטאָן אין האַרבסט, ווינטער אָדער פֿרילינג ווײַל זי האָט פֿײַנט געהאַט די זומערדיקע היצן.‟ מיט דער צײַט האָבן זיך בײַ איר אָנגעזאַמלט ממש הונדערטער שטיקלעך צירונג וואָס זי האָט אַוועקגעגעבן אירע פֿרײַנד אָדער פֿאַרקויפֿט בײַ האַנטאַרבעט־ירידן.
אין די לעצטע יאָרן האָט מען חנהן אָפֿט פֿאַרבעטן געבן לעקציעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין די אָרטיקע קהילה־צענטערס און טעמפּלען, וואָס זי האָט גערן געטאָן. זי האָט אויך כּסדר געלייענט ענגליש־שפּראַכיקע אַרטיקלען, געהערט ראַדיאָ־באַריכטן און געקוקט אויף טעלעוויזיע־פּראָגראַמען וועגן ייִדיש, און ווען ס׳איז איר נישט געפֿעלן ווי מע שילדערט די ייִדישע שפּראַך אָדער די וועלטלעכע ייִדישקייט, האָט זי גלײַך געשיקט אַ בריוו אין דער רעדאַקציע אָדער צו דער ראַדיאָ־ אָדער טעלעוויזיע־סטאַנציע. ביזן סוף פֿון איר לעבן האָט זי געטרײַ געקעמפֿט פֿאַרן כּבֿוד פֿון ייִדיש.
זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO