„די שמירה“ — אַ שרעקפֿילם וואָס קומט פֿאָר אין באָראָ־פּאַרקThe Vigil: A horror film set in Boro Park
דער פֿילם, וואָס שילדערט אַ שוידערלעכע נאַכט אינעם לעבן פֿון אַ געוועזענעם חסיד, שטעלט פֿאָר גרוילן נאָך ערגער פֿון דיבוקים אָדער גולמס.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
בעת קיט טאָמאַס, אַ געוועזענער מעדיצינישער פֿאָרשער וואָס איז געוואָרן אַ ראָמאַניסט און דערנאָך אַ פֿילם־רעזשיסאָר, האָט זיך געלערנט אויף אַ מאַגיסטער אין רעליגיעזער דערציִונג בײַם „היברו־אוניאָן־קאָלעדזש“ אין ניו־יאָרק, האָט ער איין מאָל אין שיל אונטערגעהערט אַ באַאומרויִקנדיקן שמועס, וואָס איז אים אויף אייביק געבליבן אין זכּרון. צוויי זנקים האָבן גערעדט וועגן אַ שומר, וואָס האָט, צוליב אומבאַקאַנטע סיבות, זיך אַזוי שטאַרק איבערגעשראָקן אַז ער איז אַנטלאָפֿן, איבערלאָזנדיק אויף הפֿקר דעם מת.
דער אינצידענט האָט אינספּירירט טאָמאַסן צו שאַפֿן דעם נײַעם שרעקפֿילם, „די שמירה“, וואָס איז פֿאַראַכטאָגן אַרויסגעלאָזט געוואָרן דורך דער באַקאַנטער פֿילם־פֿאַרשפּרייטונג פֿירמע, IFC. דער פֿילם שילדערט ווי אַ געוועזענער חסיד, יעקבֿ רונן (דייוו דייוויס), ראַנגלט זיך סײַ מיט אַ מזיק, סײַ מיט זײַן אייגענער גײַסטיקער קראַנקייט, בשעתן היטן דעם מת פֿון אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה.
טאָמאַס האָט לאַנג געוואָלט שאַפֿן אַ שרעקפֿילם וואָס איז „טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם ייִדישן לעבן.“ בײַם איבערקוקן פֿריִערדיקע כּלומרשט ”ייִדישע“ שרעקפֿילמען האָט ער באַמערקט, אַז כּמעט אַלע האָבן זיך פּשוט פֿאַררופֿן אויף ייִדישע עלעמענטן ווי דיבוקים און גולמס, בעת דער קאָנטעקסט איז אין תּוך אַרײַן געווען אַ קריסטלעכער.
„דיבוקים זענען שוין פֿון לאַנג אַן אויסגעדראָשענע טעמע. מע זעט זיי אויף טריט און שריט,“ האָט טאָמאַס געזאָגט. „וואָס שייך דעם געפֿינען אַ פּאַסיקע בריאה, האָב איך געוווּסט אַז דאָס מוז זײַן סײַ עפּעס ייִדישלעכס, סײַ עפּעס וואָס מע האָט פֿריִער ניט געזען.“
טאָמאַס האָט זיך דערוווּסט אַז אין דער גמרא און אַנדערע מאמרי־חז׳׳ל שטייט אַז מע טאָר ניט אַרײַנגיין אין קיין פֿאַרלאָזטע הײַזער, ווײַל דאָרטן קען מען אָנטרעפֿן אַ מזיק. כאָטש דאָס וואָרט „מזיק“ ניצט מען הײַנט גיכער מיטן טײַטש, „אַ ווילד אָדער צעבאַלעוועט קינד“, איז זײַן באַטײַט אין דער ייִדישער דעמאָנאָלאָגיע געווען אַ סך פֿינצטערער. אין „די שמירה“ איז ער בעצם אַ שד, אַ פּאַראַזיט, וואָס לעבט דורכן „אויפֿעסן“ דעם טרויער און די שולדגעפֿילן פֿון אַ מענטש וואָס האָט איבערגעלעבט אַ טראַגעדיע בעת אַנדערע זענען אומגעקומען.
אַז טאָמאַס האָט שוין געפֿונען דעם פּאַסיקן שד, האָט ער געדאַרפֿט אויסזוכן אַ פּאַסיק אָרט וווּ די סיפּור־המעשׂה זאָל פֿאָרקומען. כאָטש ער האָט זיך תּמיד פֿאָרגעשטעלט, אַז זײַן העלד וועט זײַן אַ ייִד וואָס האָט פֿאַרלאָזט די פֿרומע וועלט, האָט זיך די גאַנצע פֿאָרגעשיכטע ניט אויסקריסטאַליזירט ביז זײַן אַגענט האָט געשיקט אַ פֿריִערדיקן נוסח פֿונעם סצענאַר די פּראָדוצענטן דזשיי. די. ליפֿשיץ און רפֿאל מאַרגולעס. צוזאַמען פֿירן זיי אָן מיט דער פֿירמע Boulderlight Pictures, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע גרויליקע פֿילמען נוסח „קערפּערשרעק“ body horror בלע׳׳ז אַזוי ווי Contracted (אָנגעשטעקט), וואָס שילדערט ווי אַ פֿרוי פֿאַרוואַנדלט זיך ביסלעכווײַז אין אַ זאָמבי נאָכן באַקומען אַ סעקסועל פֿאַרשפּרייטע קראַנקייט. כאָטש מאַרגולעס און ליפֿשיץ זענען פֿרומע ייִדן וואָס האָבן זיך געטראָפֿן אין אַ ייִדישער טאָגשול און פֿילמירן ניט אום שבת, האָבן זיי פֿריִער ניט געמאַכט קיין שרעקפֿילם אויף אַ ייִדישער טעמע. מאַרגולעס, וואָס האָט חסידישע קרובֿים, האָט געהאַלטן אַז די פֿרומע געגנט באָראָ־פּאַרק וואָלט געווען די פּערפֿעקטע סבֿיבֿה פֿאַר אַזאַ פֿילם.
כּדי צו שילדערן די געגנט און דאָס אָרטיקע ייִדישע לעבן אויף אַן אויטענטישן אופֿן, האָט מאַרגולעס זיך געוואָנדן צו זײַן שוועסטערקינד, אָדם מאַרגולעס, וואָס האָט געדינט ווי אַ הויפּט־פּראָדוצענט אויפֿן שטאַרק געלויבטן באָראָ־פּאַרקער קונסטפֿילם פֿון 2017, „מנשה“, באַזירט אויפֿן לעבן פֿונעם חסידישן קאָמיקער, מנשה לוסטיג.
לוסטיג, וואָס איז מערסטנס באַקאַנט אויף דער חסידישער גאַס פֿאַר זײַנע קורצע הומאָריסטישע און אַבסורדישע ווידעאָס וואָס ער פֿאַרעפֿנטלעכט דורך יוטוב און וואַטסאַפּ, שפּילט גאָר אַן אַנדער סאָרט ראָלע אין „די שמירה“. ווי „רב שלום“, אַ רבֿ וואָס שטעלט אָן שומרים, ווענדט ער זיך צו יעקבֿן, וואָס האָט ניט קיין גראָשן בײַ דער נשמה, ער זאָל שטיין שמירה איבערן מת פֿון ראובֿן ליטוואַק פֿאַר $400.
„[לוסטיג] האָט אַזוי פֿיל צוגעטראָגן צום פֿילם,“ האָט אָדם מאַרגולעס געזאָגט. „עס זענען פּשוט ניט פֿאַראַן קיין סך חסידישע אַקטיאָרן מיט אַזוי פֿיל טאַלאַנט און אַזאַ חוש פֿאַר סינכראָנירונג (timing בלע׳׳ז)“.
כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז „די שמירה“ זאָל זײַן אַזוי רעאַליסטיש ווי מעגלעך, האָט מען פֿילמירט דעם גאַנצן דיאַלאָג אָדער אויף ייִדיש, אָדער אויף ענגליש מיט אַן עכטן ברוקלינער חסידישן אַקצענט. לוסטיג האָט איבערגעזעצט זײַנע אייגענע רעפּליקן אויף מאַמע־לשון, ווי אויך אַ טייל רעפּליקן פֿון דייוו דייוויס, דעם אַקטיאָר וואָס שפּילט די הויפּטראָלע.
מלכּה גאָלדמאַן, אַן אַקטריסע און פֿילם־פּראָדוצענטקע וואָס שפּילט אַ קליינע אָבער עיקרדיקע ראָלע אינעם פֿילם און וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ חסידישער היים אין ירושלים, האָט געלערנט דייוויסן ווי אַזוי ריכטיק אַרויסצורעדן די ייִדישע רעפּליקן. גאָלדמאַן האָט אים אויך באַקענט מיט אירע געוועזענע חסידישע פֿרײַנד.
„איך האָב געמאַכט אַ מסיבה פֿאַר מענטשן וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די פֿרומע וועלט,“ האָט גאָלדמאַן געזאָגט. „כ’האָב געוואָלט ער זאָל זען, ווי פֿילפֿאַרביק די מענטשן זענען, אַז זיי זענען ניט בלויז געוועזענע חסידים, נאָר סתּם מענטשן וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין אָט דער וועלט. ער האָט דאָס באמת פֿאַרשטאַנען. ער האָט זײַן ראָלע וווּנדערלעך געשפּילט.“
„כאָטש ס׳איז געווען אַ שרעקפֿילם, האָבן זיי אין גאַנצן ניט פֿאַרנאַכלעסיקט די אַנדערע אַספּעקטן,“ האָט גאָלדמאַן געזאָגט. „זיי האָבן קאָנטראָלירט און געפּרוּווט פֿאַרזיכערן, אַז אַלע חסידישע פּרטים זאָלן זײַן ריכטיק, אַפֿילו דער אופֿן ווי אַזוי [דייוויסעס] העלד, (יעקבֿ), רעדט אַרויס דעם ׳שמע־ישׂראל.׳“
דייוויס האָט זיך ניט בלויז אויסגעלערנט זײַנע רעפּליקן אויף ייִדיש, נאָר האָט אויך געשטרעבט זיך צו לערנען וואָס מער פֿראַזעס און אויסדרוקן, כּדי ער זאָל בשעתן פֿילמירן קענען אימפּראָוויזירן אויף מאַמע־לשון. ער האָט אויסגעפֿרעגט געוועזענע חסידים, וואָס זיי וואָלטן געזאָגט אין פֿאַרשידענע פֿאַלן, ווי למשל, בײַם צעקלאַפּן זיך דעם פֿוספֿינגער.
בײַ די וואָס קענען די חסידישע וועלט, איז דער אימפּאָנירנדיקסטער אַספּעקט פֿון דייוויסעס אויפֿטריט זײַן גענויער ברוקלינער חסידישער אַקצענט אויף ענגליש.
„איך האָב אָפּגעגעבן אַ סך צײַט פּרוּוונדיק נאָכצומאַכן זייער דיאַלעקט,“ האָט דייוויס געזאָגט. „שעהען לאַנג האָב איך זיך צוגעהערט צו רעקאָרדירונגען אויף iTunes. פֿון פֿאַרשידענע אינטערוויוען האָב איך צונויפֿגעשטעלט אַ רעקאָרדירונג פֿון 12 מינוט און איך האָב זי געהאַלטן אין איין שפּילן. איך בין אַפֿילו אײַנגעשלאָפֿן בשעתן צוהערן זיך. עס האָט מיר געהאָלפֿן אַרײַנצוקריכן צו זיי אין די ביינער, אין קאָפּ און אין די אויערן.“
דאָס פֿאָקוסירן זיך אַזוי פֿיל אויף די עטנאָגראַפֿישע פּיטשעווקעס שטערט אין גאַנצן ניט די שרעקעדיקע מאָמענטן פֿונעם פֿילם. „די שמירה“ איז באמת מוראדיק, און ניט בלויז צוליבן קלוגן אופֿן ווי אַזוי מע האָט פֿילמירט געוויסע סצענעס, דעם גאָר אומהיימלעכן הויז וווּ ס׳רובֿ פֿונעם פֿילם קומט פֿאָר, אָדער דעם מזיק וואָס רודפֿט יעקבֿן. דער עכטער שרעק ליגט אינעם נאָוואַטאָרישן אופֿן ווי אַזוי דער פֿילם שילדערט די צווישן־דורותדיקע טראַוומע. די באָראָ־פּאַרקער חסידישע ציבורס זענען געגרינדעט געוואָרן דורך ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. אַפֿילו הײַנט, ווען עס גייט אַוועק דער לעצטער דור עדות צום נאַציסטישן גיהנום, לאָזט זיך נאָך שטאַרק פֿילן די ווירקונג פֿונעם גענאָציד.
„דאָס איז זייער וויכטיק כּדי צו פֿאַרשטיין פֿון וואַנען יעקבֿ קומט,“ האָט דייוויס געזאָגט. „ס׳איז אַ ציבור וואָס איז פֿאָרמירט געוואָרן דורך דער טראַוומע.“
„[דער מזיק] איז אַ שד וואָס באַקומט זײַן נערונג פֿון אַ צווייטנס ליידן און ווייטיקן,“ האָט טאָמאַס געזאָגט. „פֿון וואָס פֿאַר אַ פּײַן וואָלט אַזאַ שד געשעפּט זײַן כּוח אין אַזאַ קהילה? [דער חורבן] איז דאָך געווען די גרעסטע פֿון אַלע טראַוומאַטישע איבערלעבונגען.“
אָדם מאַרגולעס, אַן אייניקל פֿון לעבן געבליבענע פֿון חורבן וואָס איז זײַן „גאַנץ לעבן אויסגעשטעלט געוואָרן צו די גרוילן פֿונעם חורבן“, האַלט אַז דער שרעקפֿילם־זשאַנער איז זייער פּאַסיק פֿאַרן שילדערן די צווישן־דורותדיקע עפֿעקטן פֿונעם חורבן אָן זיי צו פֿאַרביליקן.
„דער שד איז ענלעך צו דעם וואָס די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה מאַכן דורך יעדן טאָג ווען זיי דערמאָנען זיך וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט,“ האָט מאַרגולעס געזאָגט. „ווען איך האָב געזען דעם סצענאַר, האָט זיך מיר געדאַכט אַז ס׳איז עפּעס וואָס וואָלט געקענט זײַן ניט נאָר שרעקעדיק, נאָר אויך שיין. ס׳איז סײַ טרויעריק סײַ פֿול מיט האָפֿענונג. ס׳איז אָבער אויך מוראדיק.“
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO