Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואָכנדיקער לייענקרײַז מיט חנה נאָריך געווידמעט קורצע דערציילונגעןWeekly Yiddish reading circle with Anita Norich to focus on short stories

מע וועט אויסקלײַבן די ווערק וואָס מע וועט לייענען לויט די אינטערעסן פֿון די סטודענטן.

חנה נאָריך, אַן עמעריטירטע פּראָפֿעסאָרין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וועט במשך פֿון צען וואָכן אָנפֿירן מיט אַ לייענקרײַז פֿאַר ווײַטהאַלטער. יעדע וואָך וועט מען לייענען אַן אַנדער דערציילונג אויף מאַמע־לשון און אים אַרומרעדן אויף ייִדיש און ענגליש.

דער קלאַס ווערט דורכגעפֿירט ווי אַ טייל פֿונעם ייִוואָס פֿרילינג־זמן. דער לייענקרײַז וועט זיך טרעפֿן יעדן זונטיק, 5:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, פֿונעם 7טן מאַרץ ביזן 23סטן מײַ. דער שׂכר־לימוד איז $175 פֿאַר פֿולצײַטיקע סטודענטן, $275 פֿאַר ייִוואָ־מיטגלידער און $350 פֿאַרן ברייטן עולם. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.

אין דער ערשטער וואָך וועט מען לייענען אַ דערציילונג פֿון י. ל. פּרץ. דערנאָך וועט מען יעדע וואָך אויסקלײַבן אַן אַנדער ווערק לויטן אינטערעס פֿון די סטודענטן.

חנה נאָריך איז באַקאַנט פֿאַר אירע פֿאָרשונגען וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און אירע ביכער וועגן ישׂראל יהושע־זינגער, ייִדישע שרײַבער אין אַמעריקע בשעתן חורבן, ווי אַזוי מע זעצט איבער ייִדישע ביכער און איר אייגענע איבערזעצונג פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס אַ ראָמאַן. זי האָט אויך נאָך אַ גרויסע זאַך אויפֿגעטאָן: זי האָט לאַנצירט די ייִדיש־פּראָגראַם בײַם מישיגענער אוניווערסיטעט.

זינט דער ייִוואָ האָט, צוליב דער מגפֿה, געדאַרפֿט שליסן די טירן, איז ממשותדיק געוואַקסן די צאָל סטודענטן וואָס נעמען אָנטייל אין זײַנע קלאַסן. באַזונדערס מערקווערדיק איז די צאָל מענטשן וואָס לערנען זיך איצט ייִדיש בשעתן ווינטער־זמן. זי איז געוואַקסן מיט מער ווי 500% אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַראַיאָרן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.