ווידעאָ: „יענטעלע רויט־מענטעלע“ ווי אַ פּורים־דערציילונגWATCH: “Little Red Riding Hood” as a Purim tale
די „טיקטאָק“־שטערן קאַמערין בערנשטיין און איר הינטעלע שפּילן אויס אַ ייִדישן נוסח פֿון דער אַלטער פֿאָלקס־מעשׂה.
קאַמערין בערנשטיין, אַ יונגע שיקאַגער ייִדישיסטקע באַקאַנט פֿאַר אירע פּאָפּולערע קורצע ווידעאָס אויף דער סאָציאַלער נעץ „טיקטאָק“ וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, האָט לכּבֿוד פּורים אַרויסגעלאָזט אַ לענגערן פֿילם אויף יוטוב.
אינעם ווידעאָ לייענט זי פֿאָר און שפּילט אויס אַבֿרהם גאָלאָמבס פּורימדיקן נוסח פֿון דער באַקאַנטער אייראָפּעיִשער פֿאָלקס־מעשׂה Little Red Riding Hood, וואָס ווערט בײַ אים איבערגעצט ווי „יענטעלע רויט־מענטעלע“. אַזוי ווי אינעם באַקאַנטן טעקסט פֿון די ברידער גרים, טרעפֿט „יענטעלע רויט־מענטעלע“ אַ וואָלף אין וואַלד, נאָר אין דעם נוסח געשעט עס בשעת זי ברענגט דער באָבען שלח־מנות. אינעם ווידעאָ שפּילט בערנשטיינס הינטל, אורי, דעם בייזן וואָלף, וואָס וויל אויפֿעסן אַ היפּש ביסל מער ווי סתּם פֿלאָדן און המן־טאַשן.
אַליין איינע וואָס לערנט זיך נאָך אַלץ ייִדיש, האָט בערנשטיין געשאַפֿן דעם ווידעאָ ווי אַ לערנמיטל פֿאַר סטודענטן. מע קען זען דעם ווידעאָ אָדער מיט ענגלישע, אָדער מיט ייִדישע אונטערקעפּלעך. דעם טעקסט פֿון דער דערציילונג קען מען לייענען דאָ אויף זײַטל 34.
אַבֿרהם גאָלאָמב איז געווען אַן אָנגעזעענער פּעדאַגאָג, זשורנאַליסט און קולטור־טוער. פֿון 1921 ביז 1931 איז ער געווען דער דירעקטאָר פֿונעם ווילנער ייִדישן לערער־סעמינאַר. אין 1932 האָט ער עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל אָבער האָט פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד איידער מע האָט פּראָקלאַמירט די ייִדישע מדינה. במשך פֿון 20 יאָר האָט ער אָנגעפֿירט מיט עטלעכע ייִדישיסטישע שולן אין מעקסיקע, וווּ זײַן נוסח פֿון ”יענטעלע רויט־מענטעלע“ איז אַרויס אין 1947. אַ פּרטימדיקן אַרטיקל וועגן זײַן לעבן און קאַריערע קען מען לייענען אינעם אָנלײַן־אַרכיוו פֿונעם זשורנאַל, „חשבון“, דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO