פּיטער יאַראָ און אַרלאָ גאָטרי וועלן אָפּמערקן טעאָדאָר ביקעלס אָנדענקPeter Yarrow and Arlo Guthrie to honor Theodore Bikel’s memory
די פֿאָלקסזינגער וועלן איבערגעבן זכרונות וועגן זייער פֿרײַנד און מיטקעמפֿער פֿאַר ציווילע רעכט, דעם ייִדישן פֿאָלקסזינגער טעאָדאָר ביקעל.
שוין זעקס יאָר וואָס טעאָדאָר ביקעל איז מער ניט מיט אונדז. צוליב דער פּאַנדעמיע האָט מען פֿאַראַיאָרן ניט געמאַכט קיין גרויסע פֿאַרזאַמלונג אָפּצומערקן זײַן פֿיפֿטן יאָרצײַט, אַזוי ווי מע האָט געטאָן אַ יאָר נאָך זײַן פּטירה. הײַיאָר וועט מען זיך שוין ווידער טרעפֿן, אויף אַ הזכּרה דורך „זום“.
דאָנערשטיק, דעם 4טן מאַרץ, 2:00 ניו־יאָרקער צײַט, וועלן חבֿרים און באַקאַנטע פֿון טעאָדאָר ביקעל רעדן וועגן אים און די פּראָיעקטן אויף וועלכע זיי האָבן געאַרבעט צוזאַמען. די הזכּרה ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „צענטער פֿאַר דער אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק אויפֿן נאָמען פֿון לאָועל מילקען“ בײַ דער מוזיקשול בײַם „קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס“.
אינעם אָוונט וועלן זיך באַטייליקן די אַמעריקאַנער זינגער פּיטער יאַראָ און אַרלאָ גאָטרי. יאַראָ, פֿון דער באַקאַנטער מוזיקאַלישער גרופּע „פּיטער, פּאָול און מערי“, האָט נישט איין מאָל מאַרשירט צוזאַמען מיט ביקעלן, פֿאָדערנדיק בירגעררעכט פֿאַר אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער.יאַראָ און גאָטרי זענען אויך עטלעכע מאָל אויפֿגעטראָטן אויפֿן „ניופּאָרטער פֿאָלק־פֿעסטיוואַל“, וואָס ביקעל האָט געהאָלפֿן גרינדן אין 1959.
פֿון דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק וועט אויפֿטרעטן ביקעלס חבֿר און פּראָטעזשע דניאל קאַהן, מיט וועמען ער האָט נאָענט מיטגעאַרבעט בײַם איבערזעצן לידער פֿון ייִדיש אויף ענגליש און ענגליש אויף ייִדיש.
עס וועט זיך אויך באַטייליקן ביקעלס אַלמנה, איימי גינדזבורג־ביקעל, וואָס פֿירט אָן מיט אַן איניציאַטיוו צו פֿאַראייביקן ביקעלס אָנדענק. צוזאַמען מיטן „מילקען־אַרכיוו פֿון ייִדישער מוזיק“ האָט זי אַרויסגעלאָזט אַ קורצן פֿילם וועגן ביקעלס לעבן.
די הזכּרה־אונטערנעמונג איז בחינם אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO