פֿון וואַרשע: צוויי סוף־וואָכן פֿאַר מיטנדיקע סטודענטןFrom Warsaw: two weekends for intermediate Yiddish students
די סטודענטן וועלן לייענען ליטעראַרישע ווערק וועגן שניי און זיך דערוויסן ווי אַזוי ייִדן האָבן פֿאַרברענגט אין די בערג בשעתן ווינטער.
די וואַרשעווער „שלום־פֿונדאַציע“ און די אָרטיקע „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור“ במשך פֿון צוויי סוף־וואָכן אָנפֿירן מיט פֿאַרשידענע שפּראַכקורסן, וואַרשטאַטן און רעפֿעראַטן פֿאַר סטודענטן אויפֿן מיטנדיקן ניוואָ. דער „מיני־סעמינאַר“, ווי זיי רופֿן אים אָן, וועט פֿאָרקומען פֿונעם 26סטן ביזן 28סטן פֿעברואַר און פֿונעם 5טן ביזן 7טן מאַרץ. די פּראָגראַם, וואָס וועט דורכגעפֿירט ווערן אָנלײַן, וועט אַרײַננעמען קלאַסן, אין וועלכע מע וועט לייענען טעקסטן פֿאַרבונדן מיט שניי און די ווינטערדיקע יום־טובֿים.
אַנאַ שיבאַ און קאַראָלינאַ שימאַניאַק וועלן לערנען די שפּראַכקלאַסן גופֿא. מע וועט זײ האַלטן פֿרײַטיק, פֿון 6:30 ביז 8:00 אין אָוונט וואַרשעווער צײַט, (12:30 ביז 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט), און שבת און זונטיק, פֿון 12:00 ביז 1:30 נאָך מיטאָג און 3:00 ביז 4:30 וואַרשעווער צײַט (6:00 ביז 7:30 און 9:00 ביז 10:30 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט).
אין איין קורס וועט מען לייענען טעקסטן פֿאַרבונדן מיט חנוכּה און אַנדערע ווינטערדיקע יום־טובֿים און אינעם אַנדערן — טעקסטן פֿון ריקודה פּאָטאַש, אַבֿרהם סוצקעווער און מלכּה לי פֿאַרבונדן מיט דער טעמע שניי, ווי אויך רעפּאָרטאַזשן פֿון דער ייִדישער פּרעסע וועגן שניי.
אין צוזאַמענהאַנג מיט די שפּראַכקלאַסן וועט מען דורכפֿירן אַ סעריע וואַרשטאַטן. סטודענטן וועלן זיך לערנען ווי אַזוי צו דעשיפֿרירן ייִדישע טעקסטן געשריבן מיט דער האַנט (אָנגעפֿירט פֿון אַנאַ שיבאַ) און זיך דערוויסן וועגן דעם געזעלשאַפֿטלעכן טוער שמואל ווינטערס באַשרײַבונגען פֿון דער ייִדישער פּרעסע (געלערנט פֿון רייזע טורנער).
מע וועט אויך האַלטן אַ סעריע רעפֿעראַטן אויף ייִדיש און ענגליש וועגן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור און ווײַזן אַלטע פּיעסעס פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער. נאַטאַליע קריניצקאַ פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“ וועט רעפֿערירן אויף ייִדיש וועגן דעם ווי אַזוי די טאַטרען־בערג, אַ פּאָפּולער אָרט פֿאַר ווינטערדיקע וואַקאַציעס, ווערן אָפּגעשפּיגלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
מע קען זיך פֿאַרשרײַבן אויף איין סוף־וואָך — $125; ביידע סוף־וואָכן — $250; בלויז אויף די שפּראַכקלאַסן — $170 אָדער בלויז אויף די וואַרשטאַטן — $86. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן ביזן 22סטן פֿעברואַר.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO