Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿאָרלייענונג פֿון מגילת־אסתּר אויף ייִדיש דורך דער פֿאָלקסבינעYiddish megillah reading with the Folksbiene

שמואל עצמון, גרינדער פֿון „ייִדישפּיל‟, און מאַיאַ מאָרגענשטערן, דירעקטאָרין פֿון רומענישן ייִדישן מלוכישן טעאַטער, וועלן אָנטיילנעמען.

יעדעס יאָר אָרגאַניזירט די פֿאָלקסבינע אַ פֿאָרלייענונג פֿון מגילת־אסתּר אויף ייִדיש אין יהואשס איבערזעצונג ווי אַ טייל פֿון זייערע פּורים־פֿײַערונגען. צוליב דעם וואָס מע קען זיך ניט צונויפֿקומען פּנים־אל־פּנים די טעג, טוט מען עס אָנלײַן — קען מען דערפֿאַר אויך פֿאַרבעטן געסט פֿון אויסלאַנד.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען די נאַכט פֿון פּורים — דאָנערשטיק, דעם 25סטן פֿעברואַר, 7:00 אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט. כּדי צו זען די פֿאָרלייענונג, גיט אַ קוועטש דאָ.

עס וועלן אָנטיילנעמען:

פֿון ישׂראל: דער לעגענדאַרער אַקטיאָר און גרינדער פֿונעם „ייִדישפּיל“־טעאַטער — שמואל עצמון, און דער אַקטיאָר און גרינדער פֿון „יונג־ייִדיש“ — מענדי כּהנא.

פֿון קאַנאַדע: די כּלל־טוערין רבֿקה אויגענפֿעלד און די ייִדיש־לערערין חנה פֿישמאַן־גאָנשאָר.

פֿון רומעניע, די ייִדישע אַקטריסע און דירעקטאָרין פֿונעם אָרטיקן ייִדישן מלוכישן טעאַטער מאַיאַ מאָרגנשטערן.

פֿון אויסטראַליע: די ייִדישע זינגערין און לערערין פֿריידי מראָצקי.

פֿון אַרגענטינע: דער אַקטיאָר רפֿאל גאָלדוואַסער. פֿון אַמעריקע: די חזנטע חנהלע בראַון, די שרײַבערין דזשינעט פֿרידמאַן און דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער פֿאָלקסבינע — זלמן מלאָטעק.

דער קאָנפֿעראַנסיע פֿון דער פּראָגראַם וועט זײַן מאָטל דידנער.

נאָך דער פֿאָרלייענונג גופֿא וועט זיסל סלעפּאָוויטש אויפֿטרעטן מיט זײַן קאַפּעליע, „ליטוואַקוס“.

די פֿאָלקסבינע אָרדנט אויך אײַן עטלעכע אַנדערע אונטערנעמונגען לכּבֿוד פּורים.

מאָנטיק, דעם 22סטן פֿעברואַר, 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט זלמן מלאָטעק זינגען אַ פּאָפּורי פּורים־לידער.

דינסטיק, דעם 23סטן פֿעברואַר, 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט מאָטל דידנער אַרויסלאָזן אַ פֿילמירטע ייִדיש־לעקציע אין פֿאָרעם פֿון אַ פּורים־שפּיל.

מיטוואָך, דעם 24סטן פֿעברואַר, 7:00 אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, וועט מען טראַנסמיטירן אַ קאָנצערט „הבֿה־טעקילע“ מיט אַ צאָל שטערן פֿון פֿאָלקסבינע־פֿאָרשטעלונגען, אַרײַנגערעכנט מיכל יאַשינסקי, דנילה ראַבאַני און דער קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.