באַקענט זיך מיט דער מחברטע פֿון אַ ראָמאַן וועגן אַ יונג מיידל אין אַ וועלטלעכער ייִדישער טאָגשולMeet the author of a new novel about a young girl in a secular Yiddish day school
סענדי שעפֿרין ראַבינס ”די סאָנאַטע פֿון דער פּרעריע“ שילדערט די וועלטלעכע ייִדישע סבֿיבֿה פֿון וויניפּעג אין די יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ ראָמאַן מיט אַ זעלטענער טעמע — די איבערלעבונגען פֿון אַ תּלמידה אין אַ וועלטלעכער ייִדיש־שפּראַכיקער טאָגשול.
סענדי שעפֿרין ראַבין, אַ נעווראָלאָגין, איז אויפֿגעוואַקסן אין וויניפּעג, קאַנאַדע וווּ זי איז געווען אַ תּלמידה אין דער אָרטיקער וועלטלעכער ייִדישער טאָגשול אויפֿן נאָמען פֿון י. ל. פּרץ. אַ העלפֿט פֿון די קלאַסן האָט מען געפֿירט אויף ייִדיש. צום טייל אינספּירירט פֿון אירע אייגענע קינדער־יאָרן, שילדערט זי אינעם ראָמאַן, „די סאָנאַטע פֿון דער פּרעריע“,ווי אַ מיידל, מירע אַדלער, לערנט זיך פֿידל בײַ איר לערער חבֿר ב. און דערוויסט זיך צו־ביסלעך וועגן דעם, וואָס ער האָט דורכגעלעבט בשעתן חורבן.
אין צוזאַמענהאַנג מיט דער פּובליקאַציע פֿונעם ראָמאַן וועט שעפֿרין־ראַבין זונטיק, דעם 21סטן פֿעברואַר, פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿונעם בוך און אים אַרומרעדן מיט איר בת־עיר שבֿע צוקער, וואָס האָט זיך אויך געלערנט אין דער פּרץ־שול. די פּראָגראַם, וואָס איז בחינם, הייבט זיך אָן 4:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט.
כּדי צו זען די פּראָגראַם, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO