Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

טכניון־פֿאָרשער דערמעגלעכן קאָמפּיוטער צו „לייזן‟ איבערמענטשלעכע אויפגאַבעסTechnion researchers enable computer to perform tasks that appear superhuman

די ראַמאַנודזשאַן־מאַשין איז אַ נאָמען נאָך אַ מאַטעמאַטיקער וואָס האָט געזאָגט אַז זײַנע טעאָריעס קומען פֿון אַ געטין וואָס איז אים געקומען צו חלום.

אַ דאַנק אַ גרופּע פֿאָרשער בײַם טכניון אין חיפֿה, איז געשאַפֿן געוואָרן אַ מאַטעמאַטישע פּראָגראַם מיט כּלומרשט איבערמענטשלעכע שׂכל־כּוחות וואָס איז מסוגל צו אַנטדעקן אַזעלכע השערות, וואָס אַ מענטש וואָלט אַפֿילו אין 50 יאָר נישט אויסגעטראַכט, האָט די Times of Israel לעצטנס איבערגעגעבן.

די פּראָגראַם, „די ראַמאַנודזשאַן־מאַשין‟, האָט מיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט, בפֿרט צוליב דער פֿאַרבינדונג מיטן באַרימטן אינדישן מאַטעמאַטיקער שרינאַוואַסאַ ראַמאַנודזשאַן וועלכער האָט אַרויסגעוויזן ממש אַן איבערנאַטירלעכע פֿעיִקייט צו אַנטדעקן גאָר אומגעוויינטלעכע גלײַכונגען, וואָס האָבן אָפֿטמאָל צו טאָן מיט געקייטלטע ברוכצאָלן (continued fractions). זײַנע רעזולטאַטן פֿאַרחידושן נאָך אַלץ וויסנשאַפֿטלער און אַפֿילו מיסטיקער. ראַמאַנודזשאַן פֿלעגט זאָגן, אַז אַ געוויסע „געטין‟ צי מלאכטע אַנטפּלעקט אים זײַנע חידושים בחלום. דעריבער, צוליב דער היסטאָרישער רעטעניש פֿונעם דאָזיקן גרויסן מאַטעמאַטיקער, האָב איך זיך באַקענט מיט דער נײַער טעכנאָלאָגיע אויף מײַן אייגענעם קאָמפּיוטער.

אינעם דערמאָנטן צײַטונג־אַרטיקל שטייט געשריבן, אַז די פּראָגראַם אַרבעט דערווײַל בלויז אויף אַ צענדליק קאָמפּיוטערס אינעם טכניון, און אַז זי פֿאַרלאָזט זיך אויף אַ גאָר פֿאָרגעשריטענעם קינסטלעכן אינטעלעקט. ביידע סענסאַציאָנעלע מעלדונגען זענען נישט ריכטיק. די גאַנצע טעכנאָלאָגיע, מיט אַלע פּיטשעווקעס, איז אויסגעשטעלט פֿרײַ אויף דער אינטערנעץ; אַדרבה, די פֿאָרשער שטאָלצירן, אַז דרויסנדיקע מענטשן האָבן זי שוין מיט דערפֿאָלג אויסגענוצט און צוגעשיקט זייערע אייגענע רעזולטאַטן.

אין יענעם אַרטיקל שטייט געשריבן, אַז אַמאָל וועלן, מעגלעך, אַפֿילו פּשוטע טעלעפֿאָנען טויגן אויף אַזעלכע חשבונות. די טעלעפֿאָנען טויגן שוין הײַנט, אָבער אין אַ מער באַגרענעצטן פֿאַרנעם — פּשוט צוליב דעם, וואָס אַ טיפּישער קאָמפּיוטער אַרבעט אַ סך גיכער און האָט מער זכּרון. די וויסנשאַפֿטלער קלײַבן זיך אויך צו שאַפֿן אַן אַנדער פּראָגראַם, וואָס וועט אויף אַן אויטאָמאַטישן אופֿן זאַמלען און פֿאַרעפֿנטלעכן די נײַ־אַנטדעקטע רעזולטאַטן צוזאַמען מיט די נעמען — אָדער צונעמען — פֿון די קאָמפּיוטער־באַנוצער אַרום דער וועלט.

וואָס שייך דעם „פֿאָרגעשריטענעם קינסטלעכן אינטעלעקט‟, איז די פּראָגראַם בעצם אַ קורצע און אַ גענוג פּשוטע. יעדער פּראָגראַמיסט קאָן זי אין אַ פּאָר שעה בדרך־כּלל איבערקוקן. דער חידוש — טאַקע אַ גרויסער און אַ וויכטיקער — באַשטייט אין דעם, וואָס זי ווענדט אָן צו מאַטעמאַטישע גלײַכונגען אַ געוויסן עפֿעקטיוון מעטאָד, וואָס דערמאָנט אינעם טרעפֿן דעם ריכטיקן פּאַראָל, ווען מע דרינגט אַרײַן (ְאָדער „האַקט‟ אַרײַן) אין אַ שיפֿער. אין דעם פֿאַל, ווערן אויסגעפּרוּווט פֿאַרשיידענע צאָלן־קאָמבינאַציעס, ביז מע געפֿינט אַזעלכע, וואָס ברענגען צו דער צאָל „פּי‟ (Pi) צי אַן אַנדער וויכטיקן סך־הכּל. אַנשטאָט אויסצופּרוּוון מעכאַניש אַלע קאָמבינאַציעס, ווערן גענומען אין באַטאַרכט נאָר די, וואָס ברענגען נעענטער צו דער לייזונג פֿון אַ געוויסער פּראָבלעם. די מאַשין געפֿינט נישט קיין קלאָרע מאַטעמאַטישע באַווײַזן, נאָר זייער וואַרשײַנלעכע היפּאָטעזן — דהײַנו, גלײַכונגען, וואָס ברענגען אַלץ נעענטער צום געוווּנטשענעם רעזולטאַט אַפֿילו נאָך אַ טויזנט ברוכצאָלן. די מעגלעכקייט, אַז אַזאַ גלײַכונג איז נישט ריכטיק, איז גאָר קליין; פֿאָרט, מאַטעמאַטיש גערעדט, זענען זיי נישט אַבסאָלוט גענויע באַווײַזן.

פֿון דעסט וועגן, האָט דער מעטאָד זיכער אַ שײַכות צום קינסטלעכן אינטעלעקט, און קאָן דינען ווי אַ יסוד פֿון מער קאָמפּליצירטע, טאַקע פֿאָרגעשריטענע שׂכלדיקע פּראָגראַמען. אויפֿן איצטיקן מאָמענט איז די פּראָגראַם נאָך אַ רויע. אַפֿילו די אינסטרוקציע, ווי אַזוי מע זאָל זיך מיט איר באַנוצן, איז גרײַזיק; ס׳איז גרינג, למשל, צו באַמערקן דעם גרײַז אינעם וואָרט efficent. מע מוז אָבער האָבן אַ פּראָגראַמיסטישע דערפֿאַרונג, כּדי צו מאַכן זי אַרבעטן. די דאָקומענטאַציע איז דערווײַל זייער לעכערדיק. ס׳איז טאַקע אַ געראָטענער עקספּערימענט, אָבער נישט קיין פֿולער פּראָדוקט. פֿאָרט, איז אָט־די חידושדיקע פֿאָרשונג בלויז איין מוסטער פֿונעם „העקערישן‟ צוגאַנג צו די געקייטלטע ברוכצאָלן וכּדומה, פֿון וועלכן עס קאָן אַרויסוואַקסן אַ גאַנץ פֿריש געביט אין דער קאָמפּיוטערישער מאַטעמאַטיק.

וואָס שייך ראַמאַנודזשאַנען, בלײַבט זײַן טאַלאַנט נאָך אַלץ אַ סוד. ער האָט דאָך נישט געשפּילט מיט מיליאַרדן פֿאַרשיידענע „פּאַראָלן‟ אין זײַנע חלומות. פּונקט אַזוי וואָלט אַ „העקער‟, וואָס קאָן סתּם אויף טראַף געפֿינען דעם ריכטיקן שליסל צו אַ שיפֿער, אָן קיין הילף פֿון אַ קאָמפּיוטער, אַרויסגעוויזן עפּעס אַ מיסטישע אינטויִטיווע פֿעיִקייט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version