אַ שמועס מיט פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער וועגן חשובֿער ראָלע פֿון דער פֿרוי אין די מזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעךA chat with Forverts editor Rukhl Schaechter on the powerful role of women in shtetl life
להיפּוך צום סטערעאָטיפּ אַז ייִדישע פֿרויען זענען געווען אונטערטעניק די מאַנסבילן, האָבן זיי געהאַט אַ בפֿירושן כּוח, בפֿרט אין דער משפּחה.
מיטוואָך, דעם 17טן פֿעברואַר, 7:30 אין אָוונט, וועט שׂרה־רחל שעכטער, די רעדאַקטאָרין פֿונעם פֿאָרווערטס, שמועסן אויף דער באָסטאָנער ייִדיש־שפּראַכיקער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול“ מיטן היסטאָריקער און לעקסיקאָגראַף שלום ביינפֿעלד וועגן דער חשובֿער ראָלע פֿון דער פֿרוי אינעם טראַדיציאָנעלן לעבן אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעך — להיפּוך צום סטערעאָטיפּ אַז פֿרויען זענען געווען אונטערטעניק די מאַנסבילן.
די דיסקוסיע וועט פֿאָרקומען אין גאַנצן אויף ייִדיש.
די לייענער אין באָסטאָן און אומגעגנט וועלן קענען הערן דעם שמועס אויף דער ראַדיאָ־סטאַנציע WUNR, וואָס ווערט טראַנסמיטירט אויף 1600 AM. מע קען אויך הערן די טראַנסמיסיע דורכן געבן אַ קוועטש דאָ. די קומענדיקע וואָך וועט מען אויך אַרויפֿשטעלן אַ רעקאָרדירונג פֿון דער פּראָגראַם אויף „אײַטונס“.
שׂרה־רחל שעכטערס אויפֿטריט ווערט אײַנגעאָרדנט ווי אַ טייל פֿון דער סעריע Forward־פּראָגראַמען אין באָסטאָן און אומגעגנט, אונטערגעשטיצט פֿונעם עזבֿון פֿון ד׳׳ר טאָמאַס זאַנד.
„דאָס ייִדישע קול“ איז הײַנט די איינציקע וועכנטלעכע ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף ייִדיש אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַחוץ די נײַע עפּיזאָדן, איז כּדאַי אַרײַנצוקוקן אין דער וועבזײַט פֿון דער פּראָגראַם, וווּ מע קען הערן אינטערוויוען פֿון די 1990ער און 2000ער יאָרן מיט אַזעלכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן ווי אלי וויזעל, מאַרעק עדעלמאַן, יוסף־יצחק יאַקאָבסאָן, חנה מלאָטעק, פֿײַוויש פֿינקעל, שמואל באַק, מײַק בורשטיין, יחיאל שרײַבמאַן, מינע בערן, טעאָדאָר ביקעל, מרדכי שעכטער, מנשה לוסטיג, יאַנקעלע באָדאָ און פֿאַניע בראַצאָווסקי.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO