„יאַפֿעד“ זוכט אַ ייִדיש־קירובֿ־קאָאָרדינאַטאָרYaffed is seeking a Yiddish outreach coordinator
די אָרגאַניזאַציע פּלאַנירט צו שאַפֿן אַ טעלעפֿאָן־ליניע מיט ידיעות וועגן דערציִונג אין די חרדישע מוסדות און לעקציעס אויף פֿאַרשידענע טעמעס.
„יאַפֿעד“, די ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע וואָס שטרעבט צו פֿאַרבעסערן די קוואַליטעט פֿון די לימודי־חול אין די חרדישע שולן און ישיבֿות, האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז זי זוכט עמעצן וואָס קען אָנפֿירן מיט פּראָגראַמען און שאַפֿן רעסורסן אויף מאַמע־לשון.
דער „ייִדיש־קירובֿ־קאָאָרדינאַטאָר“ וועט אַרבעטן פֿולצײַטיק בײַם אָנפֿירן מיט אַ טעלעפֿאָן־ליניע, איבערגעבנדיק פֿרישע ידיעות וועגן דערציִונג אין דער חרדישער שולסיסטעם. ער אָדער זי וועט אינטערוויויִרן עקספּערטן וועגן טעמעס וואָס זענען רעלעוואַנט פֿאַרן חרדישן עולם, געפֿינען אַמאָליקע תּלמידים פֿון די חרדישע מוסדות וואָס ווילן רעדן בפֿרהסיא וועגן דער וועלטלעכער דערציִונג וואָס זיי האָבן באַקומען, איבערזעצן לעקציעס וועגן פֿאַרשידענע טעמעס אויף ייִדיש און זיי צוגרייטן פֿאַר דער טעלעפֿאָן־ליניע, און פֿאַרטרעטן די אָרגאַניזאַציע אויף אונטערנעמונגען.
דער פּאַסיקער קאַנדידאַט דאַרף קענען פֿליסיק רעדן ייִדיש און ענגליש און האָבן דערפֿאַרונג בײַם איבערזעצן טעקסטן פֿון ענגליש אויף ייִדיש. ער אָדער זי דאַרף אויך קענען זיך גוט באַנוצן מיט „גוגל“־אַפּליקאַציעס און קענען רעדן פֿאַר אַן עולם. דאָס שׂכירות איז $60,000 ביז $70,000 אַ יאָר, אָפּהענגיק אין וויפֿל פּראַקטיק דער קאַנדידאַט האָט. כּדי אָנצוגעבן אויף דער שטעלע, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO