Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדן אין יאַמײַקע: אַ געשיכטע פֿון איבער 500 יאָרJews in Jamaica: Over 500 years of history

ייִדן האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אויפֿן אינדזל, אָבער צו מאָל זענען זיי געווען פֿאַרמישט אין פּיראַטישער רויבערײַ און שקלאַפֿן־האַנדל.

ווי ס׳איז גוט באַקאַנט האָט די נײַע אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענטין קאַמאַלאַ האַריס אַן אינטערעסאַנטן אָפּשטאַם. די מאַמע קומט פֿון אינדיע און דער טאַטע — פֿון יאַמײַקע. ווייניק מענטשן ווייסן אַז יאַמײַקע האָט אַ ממשותדיקע ייִדישע געשיכטע.

דעם 10טן יאַנואַר האָט די ליבעראַל־פּראָגרעסיווע שיל אין פֿינטשלי, אַ צפֿונדיקן ראַיאָן פֿון לאָנדאָן, דורכגעפֿירט אויף דער אינטערנעץ אַן אינפֿאָרמאַטיווע ווידעאָ־לעקציע וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון די קאַריבישע אינדזלען בכלל און יאַמײַקע בפֿרט.

מיט דער לעקציע זענען אויפֿגעטראָטן ראַבינער טאָמאַס סאַלמאָן, דער ראַבינער פֿון דער ליבעראַלער שיל, „וועסטמינסטער־סינאַגאָגע‟, אין לאָנדאָן, און פּראָפֿ׳ דיאַנאַ פּאַטאָן, אַ פּראָמינענטע מומחהטע פֿון דער קאַריבישער געשיכטע און קולטור בײַם עדינבורגער אוניווערסיטעט, און אַליין אַ געבוירענע אין יאַמײַקע. די לעקטאָרן האָבן געשמועסט וועגן דער טאָפּלטער ראָלע פֿון ייִדן: ווי אַ נאַטירלעכן אַלטן חלק פֿון דער קאַריבישער געזעלשאַפֿט, און ווי באַטייליקטע, צום באַדויערן, אין שקלאַפֿן־האַנדל.

במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָט די סינאַגאָגע, וואָס געפֿינט זיך אין דער געגנט פֿינטשלי, באַקומען אַ גוטן שם צוליב איר ראַבינערטע, רבֿקה בערק — אַ באַקאַנטע כּלל־טוערין, וואָס די צײַטונג Evening Standard האָט זי באַצייכנט ווי איינע פֿון די וויכטיקסטע לאָנדאָנער פּערזענלעכקייטן. ווי אַ סאָציאַל־פּאָליטישע אַקטיוויסטקע, האָט זי ממשותדיק געהאָלפֿן אַ צאָל פּליטים פֿון סיריע זיך צו באַזעצן באַקוועם אין דער גרויס־בריטאַניע.

אין 2015 האָט ד״ר פּאַטאָן אַרויסגעלאָזט אַ בוך וועגן אַן אַלטער קאַריבישער סיסטעם פֿון פֿאָלק־מעדיצין — אָבעיאַ. די פֿאָרשערין ווײַזט, ווי אַזוי די דאָזיקע טראַדיציע איז פֿאַרבונדן מיט דער אייראָפּעיִשער קאָלאָניאַלער פּאָליטיק. אַ פֿריִערדיק בוך אירס, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 2004, איז געווידמעט דער טעמע פֿון ראַסע און געשלעכט אינעם פּעריאָד צווישן 1780 ביז 1870, ווען יאַמײַקע האָט זיך ביסלעכווײַז פֿאַרוואַנדלט אין אַ האַלב־אומאָפּהענגיק לאַנד; ערשט אין 1962 האָט דער אינדזל זיך אין גאַנצן באַפֿרײַט פֿון דער בריטישער מאַכט.

jamaica

די שיל „שערי שלום‟ אין קינגסטאָן, יאַמײַקע Image by The United Congregation of Israelites Jamaica - Synagogue Shaare Shalom

צום באַדויערן, טרעפֿט זיך צווישן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער דער סטערעאָטיפּ, אַז ייִדן זענען, כּלומרשט, אַמאָל געווען שקלאַפֿן־הענדלער. ס׳איז איראָניש, אַז געוויסע קריטיקער האָבן אין דעם אַפֿילו באַשולדיקט, אָן קיין שײַכות צו ייִדן, אויך די נײַע וויצע־פּרעזידענטין: כּלומרשט, איז איר משפּחה אָנגעקומען קיין יאַמײַקע, כּדי צו קויפֿן און אויסנוצן דאָרטן די ביליקע שקלאַפֿן. אָט די באַשולדיקונג, פּרטימדיק אָפּגעלייענט אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע, איז באַזונדערס מאָדנע, ווײַל האַריס אַליין אידענטיפֿיצירט זיך ווי אַ שוואַרצע. וואָס שײך ייִדן, האָבן די אַשכּנזישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע געשפּילט דווקא אַ פּראָמינענטע ראָלע אינעם קאַמף פֿאַר בירגעררעכט און קעגן ראַסיזם אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

דערצו, טרעפֿן זיך אין אַמעריקע אַ צאָל טונקל־הויטיקע ייִדן, אַפֿילו חסידישע: געוויינטלעך גרים צי בעל־תּשובֿות פֿון געמישטע משפּחות, צו מאָל אויך מיוחסדיקע עטיאָפּישע. אַ מערקווירדיקע צאָל פֿון זיי וווינען אין קראָון־הײַטס, דעם וועלט־צענטער פֿון חב״ד־ליובאַוויטש. אייניקע שטאַמען טאַקע פֿון יאַמײַקע; אין קראַון־הײַטס איז פֿאַראַן אַ גרויסער קאַריביש־שטאַמיקער ציבור.

בעת דער לעקציע, האָבן די לעקטאָרן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים דערקלערט, אַז הגם געוויסע פֿאַרמעגלעכע ייִדן האָבן יאָ געשפּילט אַ ראָלע, און טאַקע אַ ממשותדיקע, אינעם האַנדלען מיט די אַפֿריקאַנער שקלאַפֿן, איז זייער באַטייליקונג אינעם דאָזיקן פֿינצטערן געשעפֿט געווען אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער אייראָפּעיִשער קאָלאָניזאַטאָרישער פּאָליטיק. ווי באַלד שקלאַפֿערײַ איז אַמאָל געווען געזעצלעך — ביז 1832 אין יאַמײַקע — האָבן רײַכע ייִדישע פּלאַנטאַציע־אייגנטימער אויך פֿאַרמאָגט שקלאַפֿן. דאָס מיינט אָבער נישט, חלילה, אַז ס׳איז געווען אַ ספּעציפֿיש ייִדישע באַשעפֿטיקונג.

סאַלמאָן און פּאַטאָן האָבן דערציילט, אַז אין יאַמײַקע, באַרבאַדאָס און אַנדערע קאַריבישע אינדזלען זענען נאָך אינעם 16טן יאָרהונדערט געווען אָרגאַניזירטע ייִדישע קהילות. ייִדן (אָפֿט זענען זיי אָפֿיציעל געווען קאַטוילן אָבער אין דער אמתן — באַהאַלטענע ייִדן) זענען געווען צווישן די סאַמע ערשטע אייראָפּעיִשע קאָלאָניסטן. דער האָלענדישער ים־פּיראַט אַבֿרהם בלויוועלט איז געווען אַ ייִד; זײַן נאָמען טראָגט די יאַמײַקער שטאָט בלויוועלט. די פּיראַטן האָבן געשפּילט אַ טאָפּלטע ראָלע אינעם ראַיאָן: אי ווי גזלנים, אי ווי בראַווע העלדן. אין 1704 האָט זיך אין יאַמײַקע געעפֿנט די ערשטע שטענדיקע ספֿרדישע שיל, „נוה שלום‟, און אין 1796 – די אַשכּנזישע „מקוה ישׂראל‟. הײַנט וווינען אויפֿן אינדזל בערך 2,000 ייִדן, על־פּי רובֿ פֿונעם ספֿרדישן אָפּשטאַם.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.