רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן אַ זאָנדערקאָמאַנדאָ־טאָגבוךLecture in Yiddish on a Sonderkommando diary
מרים טרין וועט רעדן וועגן זלמן גראַדאָווסקי, אַ ייִד וואָס האָט געשריבן גבֿית־עדותן אין אוישוויץ.
כּדי אָפּצומערקן דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג, מיטוואָך דעם 27סטן יאַנואַר, אָרדנט אײַן דער „אַרבעטער־רינג“ אַ פּראָגראַם, אין וועלכער די ייִדיש־לערערין און ליטעראַטור־פֿאָרשערין מרים טרין וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן זלמן גראַדאָווסקי.
גראַדאָווסקי, אַ תּושבֿ פֿון סוּוואַלק, פּוילן, וועמען מע האָט צוויי יאָר געצוווּנגען צו דינען אין דער זאָנדערקאָמאַנדאָ אין אוישוויץ און פֿאַרברענען די קערפּערס פֿון די פֿאַרגאַזטע ייִדן, האָט געפֿירט אַ טאָגבוך אויף ייִדיש. כאָטש ער איז אַליין אומגעקומען דעם 7טן אָקטאָבער 1944, אינעם אויפֿשטאַנד פֿון די זאָנדערקאָמאַנדאָ־אַרבעטער, האָט מען נאָך דער מלחמה אַנטדעקט זײַן גבֿית־עדות און אים צונויפֿגעשטעלט און פּובליקירט. מע קען אים לייענען דאָ.
טרינס רעפֿעראַט, וואָס זי וועט האַלטן אויף ייִדיש, וועט פֿאָרקומען 1:30 נאָכמיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. דער אײַנטריט איז בחינם אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער דאָ.
וויסנדיק אַז ער וועט מסתּמא באַלד דערהרגעט ווערן, האָט גראַדאָווסקי דעם 6סטן סעפּטעמבער 1944 געשריבן די־אָ ווערטער: „איך שרײַב די שורות אין מאָמענטן פֿון גרעסטן געפֿאַר און אויפֿרעגונג. זאָל די צוקונפֿט אורטיילן לויט מײַנע שריפֿטן וועגן אונדז און זאָל די וועלט אין זיי זען אַ טראָפּן, אַ מינימום פֿון דער שוידערלעכער, טראַגישער טויטנוועלט, אין וועלכער מיר האָבן געלעבט.“
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO