ווידעאָ: „משיח איז נישט געקומען“WATCH: “Moshiach hasn’t arrived yet”
דער זינגער ארי היל פֿירט אויס לידער און ניגונים וואָס העלפֿן שאַפֿן אַ רויִקע שטימונג.
צוליב דעם אָנגעשטרענגטן פּאָליטישן מצבֿ, איז איצט אפֿשר אַ פּאַסיקע געלעגנהייט דאָ אַרויפֿצושטעלן אַ ליד וואָס העלפֿט באַרויִקן די נשמה.
אין דעם ווידעאָ פֿירט דער ישׂראלדיקער זינגער אַרי היל אויס אַ פּאָפּורי לידער און ניגונים אויף אַ קאָנצערט אין ישׂראל מיט דער קאַפּעליע „פֿײַער“, וואָס היל האָט שפּעטער אַרויסגעלאָזט ווי אַ סינגל מיטן נאָמען „הקומזיץ“.
דאָס ליד איז אַן אויסערגעוויינטלעך געמיש פֿון פֿאַרשידענע סטילן און זשאַנערס. מע הערט השפּעות ניט בלויז פֿון די אַלטע חסידישע ניגונים, נאָר אויך פֿון מיזרחישע פּיוטים, ראָקמוזיק און ישׂראלדיקער פֿאָלקמוזיק. כאָטש אַלע לידער — געוויסע אויף ייִדיש, געוויסע אויף לשון־קודש און עטלעכע אויף ביידע — דריקן אויס אַ טיף רעליגיעז, מיסטיש געפֿיל, בײַט זיך דער טאָן, פֿון טרויער ביז פֿרייד. ווי אַלע געראָטענע קומזיצן, ווערט די מוזיק מער דערהויבן אַ דאַנק דעם בײַטראָג פֿונעם עולם וואָס זינגט מיט — אין דעם פֿאַל, אַ גרופּע בחורים פֿון דער ישיבֿה „נועם אלימלך“.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO