Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איז דאָס בערבערישע נײַ־יאָר פֿאַרבונדן מיט חמישה־עשׂר?Is the Berber new year linked to Tu BiShvat?

יענאַיער, וואָס מע פּראַוועט אין אַלזשיר יעדעס יאָר אין יאַנואַר, איז בפֿירוש פֿאַרבונדן מיט אַגריקולטור, און בפֿרט מיט פֿרוכטביימער.

דעם 12טן יאַנואַר האָט מען אין אַלזשיר געפּראַוועט דאָס בערבערישע נײַ־יאָר — יענאַיער, דעם וויכטיקסטן נאַציאָנאַלן פֿײַערטאָג אינעם לאַנד. אין מאַראָקאָ, טוניס און ליביע האָבן די בערבערן עס געפּראַוועט דעם 13טן יאַנואַר, און ממשיך געווען אָפּצומערקן דעם 14טן.

על־פּי צופֿאַל, איז דער 14טער יאַנואַר אויך געווען ראָש־חודש שבֿט. די מינהגים פֿונעם בערבערישן נײַ־יאָר זענען אַזוי ענלעך צום קומענדיקן ייִדישן יום־טובֿ, חמישה־עשׂר־בשבֿט, אַז מע קען שטעלן די קשיא: צי זענען די דאָזיקע דאַטעס ווי־ניט־איז היסטאָריש פֿאַרבונדן איינע מיט דער צווייטער? יענאַיער איז בפֿירוש פֿאַרבונדן מיט אַגריקולטור, בפֿרט מיט פֿרוכטביימער. בײַנאַכט מאַכט מען יענעם טאָג אַ גרויסע סעודה; מע עסט אין אַ געוויסן סדר פֿאַרשיידענע פֿרוכטן און גרינסן; בײַ אַ טייל בערבערן — זיבן פֿאַרשיידענע מינים. מע זינגט און מע בעט דעם באַשעפֿער צו בענטשן דאָס נײַע יאָר, עס זאָל זײַן מזל און אַ רײַך גערעטעניש.

פֿאַר דער סעודה, גייען פֿרויען און קינדער אַרויס זאַמלען פֿרישע בלעטער פֿון פֿאַרשיידענע ביימער. דעם 12טן יאַנואַר בײַטאָג — אָדער, ווי געזאָגט, דעם 13טן — קומען פֿאָר אין דער בערבערישער וועלט גרויסע פּאַראַדן און קאָסטומירטע קאַרנאַוואַלן. אַ טייל מענטשן, נישט געקוקט אויפֿן קילן וועטער, גייען שווימען אין אַ טײַך, ווי אַ סימן־טובֿ פֿאַר גוטע רעגנס אינעם נײַעם יאָר. אין אַ טייל ערטער פּראַוועט מען יענאַיער 5 אָדער 7 טעג נאָכאַנאַנד.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די חז״ל אין דער מסכתּא „ראָש־השנה‟ ברענגען צוערשט די דעה פֿונעם בית־שמאַי, אַז „ראָש־השנה לאילנות‟, דאָס נײַע יאָר פֿון ביימער, פֿאַלט אויס ראָש־חודש, דעם ערשטן טאָג פֿון שבֿט. די תּלמידים פֿון הלל־הזקן האָבן אָבער געהאַלטן אַנדערש, אַז מע מערקט עס אָפּ דעם 15טן טאָג, און זייער שיטה אין נתקבל געוואָרן ווי די הלכה־למעשׂה. ווײַזט אויס, רבי עקיבֿא האָט געגלייבט, אַז ס׳איז בעסער צו פּראַווען ביידע טעג.

נישט זעלטן פֿאַלט דאָס בערבערישע נײַ־יאָר אויס אַ סך נענטער צו חמישה־עשׂר־בשבֿט, בלויז מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער. ווי באַקאַנט, שטאַמט דער מינהג פֿונעם חמישה־עשׂרדיקן סדר פֿון די ספֿרדים. הײַנט איז ער פֿאַרשפּרייט בײַ אַ טייל חסידים, אָבער דאָס ערשטע מאָל וואָס אַזאַ סדר ווערט דערמאָנט איז ער ווי אַ מינהג בײַ די צפֿתער מקובלים, מיט רבי יצחק לוריא, דעם אַריז״ל, בראָש. אַ סך פֿון זײַנע תּלמידים האָבן געשטאַמט פֿון צפֿון־אַפֿריקע און האָבן זיכער געוווּסט, אַז בערך אין דער זעלבער צײַט פּראַווען די בערבערן אַ גרויסע שׂימחה מיט פֿאַרשיידענע מינים פּירות. אין פּרינציפּ, האָט דאָס געקאָנט משפּיע זײַן אויף דער ייִדישער טראַדיציע. מיר ווייסן דאָך נישט ווייניק בײַשפּילן, ווען אַ בפֿירוש גוייִשער מינהג איז פֿאַרייִדישט געוואָרן: למשל, דאָס דריידל — ממש מיט די זעלביקע אותיות, נאָר לאַטײַנישע — איז לכתּחילה געווען אַ דײַטשיש ניטל־שפּילעכל.

פֿון דער צווייטער זײַט, איז די בערבערישע געשיכטע טיף פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט. איידער צפֿון־אַפֿריקע איז געוואָרן אַ חלק פֿון דער מוסולמענישער וועלט, האָבן גאַנצע בערבערישע שבֿטים זיך מגייר געווען. די לעגענדאַרע ייִדיש־בערבערישע מלכּה קאַהינאַ, וועלכע האָט במשך פֿון פֿינף יאָר אָנגעפֿירט מיט אַן אומאָפּהענגיקער מלוכה און עטלעכע מאָל מנצח געווען די אַראַבישע אַרמיי אין סוף־7טן יאָרהונדערט, ווערט פֿאַררעכנט אין אַלזשיר פֿאַר אַ גרויסער נאַציאָנאַלער העלדין. פֿאַרשיידענע ייִדיש־שטאַמיקע מינהגים זענען נאָך אַלץ פֿאַרשפּרייט צווישן די בערבערישע פֿעלקער.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דאָס וואָרט „בערבער‟ איז אַ פֿרעמד צונעמעניש אויפֿן סמך פֿונעם לאַטײַנישן וואָרט „באַרבאַר‟. די בערבערן אַליין רופֿן זיך אָן אימאַזיגען און זייערע שפּראַכן — קאַביליש, טואַרעגיש, זענאַטיש און אַ טוץ אַנדערע — רופֿן זיך בדרך־כּלל „טאַמאַזיגט‟. זיי האָבן אַן אייגענעם אוראַלטן אַלף־בית, „טיפֿינאַג‟, הגם ס׳רובֿ הײַנטיקע בערבערן שרײַבן אויף זייערע לשונות מיט לאַטײַנישע אותיות.

בפּשטות, שטאַמט זייער נײַ־יאָר, ווי מע זעט שוין פֿונעם עצם־נאָמען יענאַיער, פֿונעם ערשטן יאַנואַר לויטן יוליאַנער קאַלענדאַר. אין רוסלאַנד מערקט דער עולם אָפּ דאָס „אַלטע נײַ־יאָר‟ אויך דעם 13סטן יאַנואַר, ווײַל דער מערבֿדיקער גריגאָריאַנער קאַלענדאַר האָט מען אײַנגעפֿירט ערשט אין 1918, נאָך דער רעוואָלוציע. לויט אַן אַנדער ווערסיע, איז יענאַיער היסטאָריש פֿאַרבונדן מיטן זאַמלען די ערשטע מאַסלינעס — און איז טאַקע היסטאָריש אַ מין נײַ־יאָר פֿון ביימער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version