זעלטענע געלעגנהייט צו זען פֿילם וועגן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער — „ווער וועט בלײַבן?“Rare opportunity to watch documentary film on poet Abraham Sutzkever, “Who Will Remain?”
הדס קלדרון, דעם פּאָעטס אייניקל וואָס איר רײַזע קיין ווילנע איז אַ הויפּטפֿאָקוס פֿונעם פֿילם, וועט ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿון די צוקוקער.
כּדי אָפּצומערקן דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־אָנדענק־טאָג, דעם 27סטן יאַנואַר, וועט מען ווײַזן אָנלײַן דעם נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דעם פּאָעט, אַבֿרהם סוצקעווער, „ווער וועט בלײַבן?“.
דער פֿילם שילדערט ווי אַבֿרהם סוצקעווערס אייניקל, די ישׂראלדיקע אַקטריסע חדס קלדרון, פֿאָרט קיין ווילנע כּדי צו זען די ערטער וווּ דער גרויסער פּאָעט האָט געוווינט און געשאַפֿן. די אונטערנעמונג ווערט אָרגאַניזירט דורך דער „איניציאַטיוו פֿון חורבן־ און גענאָציד־לימודים” בײַם איליאָנער אוניווערסיטעט אין אורבאַנע־שאַמפּיין.
דער פֿילם איז פּראָדוצירט געוואָרן דורך קלדרון און דעם „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה“ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער“. קריסטאַ וויטני, דעם פּראָיעקטס דירעקטאָרין, האָט רעזשיסירט דעם פֿילם. דער דאָקומענטאַר נעמט אַרײַן אויסצוגן פֿון אינטערוויוען מיט מענטשן וואָס האָבן סוצקעווערן געקענט, ווי אויך פּריוואַטע פֿאָטאָגראַפֿיעס און ווידעאָס פֿון דער משפּחה. כאָטש מע האָט דעם פֿילם פֿאַרענדיקט מיט כּמעט אַ יאָר צוריק, קען מען אים נאָך אַלץ ניט באַשטעלן אָנלײַן אָדער אויף „די־ווי־די“, ווײַל מע וויל אים צו ערשט ווײַזן אויף די קינאָ־פֿעסטיוואַלן. דערפֿאַר איז די אָנלײַן־ווײַזונג אַ זעלטענע געלעגנהייט צו זען דעם פֿילם.
אין צוזאַמענהאַנג מיט דער ווײַזונג וועלן הדס קלדרון, קריסטאַ וויטני און דזשאָסטין קאַמי, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים בײַם ”סמיט־קאַלעדזש“ און אַ מומחה אין דער געשיכטע פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ווילנע“, רעדן וועגן דעם פֿילם און ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿון די צוקוקער.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 27סטן יאַנואַר, 3:00 ניו־יאָרקער צײַט. די פֿילם־ווײַזונג איז בחינם אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער.
כּדי צו באַקומען די לעצטע ידיעות וועגן דעם פֿילם, קען מען נאָכפֿאָלגן זײַן טוויטער־קאָנטע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO