רעפֿעראַט: אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער פּאָעזיע אין דער ייִדישער איבערזעצונגLecture: African-American poetry in Yiddish translation
דער ליטעראַטור־פֿאָרשער אלי ראָזענבלאַט וועט דערקלערן וואָס פֿאַר אַ ראָלע די לידער האָבן געשפּילט אין דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור.
אין 1936 האָט דער ייִדישער זשורנאַליסט און ליטעראַטור־קריטיקער ראָבערט מאַגידאָף אַרויסגעגעבן אין מאָסקווע אַן אַנטאָלאָגיע, „נעגער־דיכטונג אין אַמעריקע“. די אַנטאָלאָגיע, צום טייל אינספּירירט פֿון זײַנע בריוו־אויסטוישן מיט די באַרימטע אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער שרײַבער וויליאַם אי בי דיו־בויז און דזשיימס וועלדאָן דזשאָנסאָן, איז געווען די גרעסטע אַנטאָלאָגיע פֿון אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער פּאָעזיע אויף מאַמע־לשון.
דאָנערשטיק, דעם 21סטן יאַנואַר, 6:00 אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, וועט אלי ראָזענבלאַט האַלטן אַ רעפֿעראַט דורך „זום“, אויף ענגליש, וועגן אָט דער אַנטאָלאָגיע און דער ראָלע וואָס זי האָט געשפּילט אין דער סאָוועטיש־ייִדישער קולטור. ראָזענבלאַט וועט דערקלערן ווי אַזוי די ייִדישע קולטור איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿונעם קולטורעלן אויסטויש צווישן די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער אינטעליגענטן און דער סאָוועטישער מאַכט אין די 1930ער יאָרן און די ראָלע וואָס שמואל האַלקין און אַנדערע ייִדישע שרײַבער האָבן געשפּילט אין איר.
די פּראָגראַם ווערט אָרגאַניזירט דורכן „מישיגענער אוניווערסיטעט“, וווּ ראָזענבלאַט איז פֿאַראַיאָרן געווען אַ סטיפּענדיאַנט. דער רעפֿעראַט איז בחינם אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער דורכן געבן אַ קוועטש דאָ.
דער ליטעראַטור־פֿאָרשער אלי ראָזענבלאַט האָט באַקומען זײַן דאָקטאָראַט פֿונעם „קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי“ אין 2017, וווּ ער האָט אָנגעשריבן זײַן דיסערטאַציע וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי די באַציִונגען צווישן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער און ייִדן ווערן אָפּגעשפּיגלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אַחוץ איבערזעצונגען פֿון דער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער פּאָעזיע האָט ער געפֿאָרשט אײַזיק מאיר דיקס איבערזעצונג פֿון Uncle Tom’s Cabin אויף ייִדיש.
דער נאָמען ראָבערט מאַגידאָף איז הײַנט ניט באַקאַנט אין שײַכות מיט ייִדיש, נאָר מיט דער רוסישער ליטעראַטור. אַ געבוירענער אין קיִעוו אין 1905 בײַ אַ ייִדישער משפּחה, האָט מאַגידאָף נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט אין אַמעריקע זיך אומגעקערט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ער איז צוועלף יאָר געווען אַ קאָרעספּאָנדענט פֿאַר דער אַמעריקאַנער ראַדיאָ־נעץ NBC 1948. האָבן די סאָוועטן אים פֿאַרדעכטיקט אין שפּיאָנירן פֿאַר די אַמעריקאַנער און מע האָט אים אַרויסגעוואָרפֿן פֿון לאַנד. נאָכן זיך ווידער באַזעצן אין אַמעריקע איז ער געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסישער ליטעראַטור בײַם „ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט“. ער האָט רעדאַקטירט און אַרויסגעגעבן אַ צאָל אַנטאָלאָגיעס פֿון דער רוסישער ליטעראַטור אויף ענגליש, אַרײַנגערעכנט דרײַ אַנטאָלאָגיעס פֿון וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO