ווידעאָ: ייִדישער מוזיק־ווידעאָ שטעלט זיך פֿאָר ווי ס׳האָט אויסגעזען אַ שטעטלWATCH: Yiddish music video reimagines the shtetl
דער פֿילם וואָס באַגלייט מענדל ראָטהס נײַ ליד איז שיין געמאַכט און אַן אינטערעסאַנטער מוסטער פֿון אַן אָפֿטן זשאַנער בײַ חסידים.
לעצטנס האָט מען אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם מוזיק־ווידעאָ מיטן ישׂראלדיקן זינגער מענדל ראָטה, וואָס שילדערט ווי אַזוי הײַנטיקע חסידים שטעלן זיך פֿאָר אַ שטעטל אינעם צאַרישן רוסלאַנד. דעם ווידעאָ, וואָס איז פּרעכטיק פֿילמירט, האָט אַרויסגעלאָזט Sparks Next, די פֿרומע קינאָ־פֿירמע מיט דניאל פֿינקעלמאַן בראָש, וואָס האָט פּראָדוצירט דעם פֿילם „מנשה“ און אַ צאָל ייִדישע מוזיק־ווידעאָס געשאַפֿן אין ישׂראל, פּוילן, אַמעריקע און מאַראָקאָ. דעם ווידעאָ האָט רעזשיסירט אַהרן אוריון. דעם סצענאַר האָט אָנגעשריבן מענדל ראָטה אַליין.
ראָטה, אַ זון פֿונעם רבי פֿון „שומרי־אמונים“, איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע האַרציקע לידער נוסח „קומזיץ“ און פֿאַרן שפּילן אין מוזיק־ווידעאָס, וואָס זעען אויס ממש ווי קונסטפֿילמען. דער נײַער ווידעאָ באַגלייט זײַן ליד „כלו עיני“, וואָס נעמט אַרײַן סײַ ווערטער פֿון „ספֿר תּהילים“, סײַ אַ נײַעם ייִדישן טעקסט פֿון מענדל ראָטה, אָבער שילדערט אַ סיפּור־המעשׂה וואָס איז ניט דירעקט פֿאַרבונדן מיטן ליד. אינעם ווידעאָ זעט מען ווי אַ ייִד מאַכט דורך פֿאַרשידענע קאַטאַסטראָפֿעס, וואָס טרעפֿן אים און זײַנע ברידער.
פֿאַר די וואָס קוקן אָפֿט די חסידישע פֿילמען וועט מען גלײַך דערקענען אַז ער איז אַ מוסטער פֿון אַן אָפֿטן זשאַנער פֿון נאָסטאַלגישע לידער, פּיעסעס און ווידעאָס וואָס שילדערן די אַלטע היים מיט בלויז העלע פֿאַרבן. אינעם שטעטל, וואָס מע רופֿט דאָ „וויטעבסק“ אָבער וואָס קערט זיך אין גאַנצן ניט אָן מיט דער היימשטאָט פֿון מאַרק שאַגאַל, איז אַלצדינג ציכטיק און ליכטיק. די קליידער זענען נײַ און ריין, און די ייִדן און די גוייִם געניסן פֿון אַ רויִקן, דאָרפֿישן אַרום. ווי עטלעכע מענטשן האָבן קאָמענטירט אויף פֿייסבוק: „ווער האָט דען געזען אַ שטעטל אָן בלאָטע?“
די וואָס קענען די חסידישע געשעפֿטן אין ניו־יאָרק און ישׂראל וועלן גלײַך דערקענען נאָך אַ טשיקאַווען פּרט. אַזוי ווי עס פֿירט זיך אויף טעלעוויזיע, האָט מען אינעם פֿילם אַרײַנגעשטעלט די עמבלעמען פֿון עטלעכע עכטע פֿירמעס ווי אַ רעקלאַמע. דער ספֿרים־קראָם אינעם שטעטל, למשל, הייסט ”אײַכלערס“ —אַ באַרימט געשעפֿט אין באָראָ־פּאַרק וואָס פֿאַרקויפֿט ביכער, ספֿרים און טליתים.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO