ווי אַ היסטאָריקער האָט פֿאַרוואַנדלט די געשיכטע פֿון יציאת־מצרים אין אַ קאָמעדיעHow one historian turned the story of Exodus into a comedy
אַ טעקסט אָנגעשריבן בערך 2,200 יאָר צוריק פּלעפֿט נאָך אַלץ די הײַנטיקע פֿאָרשער.
דעם הײַנטיקן שבת לייענען מיר, ווי דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט צו משה רבינו, אַרויפֿגעלייגט אויף אים דאָס הייליקע שליחות אויסצולייזן ייִדן פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ און באַשטראָפֿט די מיצרים דורך משהן מיט אויסטערלישע מכּות.
די מעשׂה וועגן יציאת־מצרים איז איינע פֿון די סאַמע דראַמאַטישע אינעם גאַנצן תּנ״ך. זי דינט ווי אַ יסוד פֿון כּלערליי טיפֿע אָפּטײַטשן, פֿון קבלה און מוסר ביז ראַדיקאַלע געדאַנקען וועגן דעם אַלגעמיינעם מענטשלעכן קאַמף קעגן שקלאַפֿערײַ און אומיושר. למשל, מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט די אָרגאַניזאַציע „ייִדן פֿאַר ראַסע־ און עקאָנאָמישן יושר‟ (JFREJ), אַרויסגעגעבן אַ חידושדיקע הגדה פֿאַר דער באַוועגונג „אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער לעבנס זענען וויכטיק‟ (BLM).
צי קאָן מען אויך אָפּטײַטשן יציאת־מצרים אויף אַ הומאָריסטישן אופֿן, ווי אַ מין קאָמעדיע? אין דער הײַנטיקער פֿרײַדענקערישער תּקופֿה קאָן מען זיך אַזוינס אַוודאי פֿאָרשטעלן; ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז נאָך מיט היפּשע 22־23 יאָרהונדערטער צוריק האָט זיך אָפּגעפֿונען אַ ייִד, וועלכער האָט אָנגעשריבן אַ שטיקל קאָמעדיע וועגן משה־רבינו. דער ייִד האָט געהייסן אַרטאַפּאַנוס; ער האָט געוווינט אין אַלעקסאַנדריע, מצרים, און געשריבן אויף גריכיש.
אַ סך פֿון זײַן כּמו־היסטאָריש ווערק איז, צום באַדויערן, פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. אַ דאַנק אוראַלטע גריכישע היסטאָריקער פֿונעם 3טן־4טן יאָרהונדערט איז אָפּגעהיט געוואָרן אַ ממשותדיקער טייל פֿון זײַן טראַקטאַט, וואָס ווערט צומאָל אַפֿילו באַטראַכט ווי אַ מין אַפּאָקריף — אַן אומאָפֿיציעלע הוספֿה צום תּנ״ך.
אַרטאַפּאַנוס באַטאָנט, אַז יוסף הצדיק אַליין האָט געבעטן די אַראַבער צו ברענגען אים קיין מצרים. כּלומרשט, זענען די אַראַבישע מלכים געווען, זײַענדיק אַבֿרהם אָבֿינוס אייניקלעך, פֿרײַנדלעך צו יוספֿן, להיפּוך צו זײַנע אויפֿגעבראַכטע ברידער.
אין מצרים איז יוסף, לויט אַרטאַפּאַנוסן, באַלד געוואָרן אַן עצה־געבער בײַ פּרעה און חתונה געהאַט מיט אַן אָרטיקער אַריסטאָקראַטישער פֿרוי. די טראַגישע מעשׂיות וועגן דער מכירת־יוסף און דער אינטריגע פֿון אשת־פּוטיפֿר ווערן פּשוט נישט דערמאָנט. שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז יוסף איז פּשוט אַוועקגעפֿאָרן קיין מצרים צו באַקומען דאָרטן אַ חשובֿע שטעלע.
ווײַטער דערציילט אַרטאַפּאַנוס, אַז אַ געוויסער פּרעה איז נישט געווען פֿרײַנדלעך צו ייִדן; קיין פּרטים גיט ער נישט אָן. משה רבינו איז בשלום געבוירן געוואָרן, אויסגעוואַקסן און געדינט בײַ פּרעה ווי אַ גרויסער חכם, וועלכער האָט אויסגעלערנט די מיצרים, ווי אַזוי צו בויען שיפֿן, שטיינערנע געבײַדעס און מאַכן געווער. משה איז אויך געווען דער פֿאָטער פֿון דער אַלט־מיצרישער פֿילאָסאָפֿיע און אײַנגעטיילט דאָס לאַנד אין 36 געגנטן, וווּ דער עולם זאָל זיך בוקן צו קעץ, הינט צי איביסן (פֿויגלען פֿון דער שטאָרך־משפּחה) וואָס פֿלעגן טאַקע זײַן אַ פּאָפּולערע מיצרישע עבֿודה־זרה.
דער לעצטער פּרט האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסע פֿאַרצווייפֿלונג בײַ אַ סך פֿאָרשער: עס באַקומט זיך, אַז אַרטאַפּאַנוס איז געווען אַ שלעכטער ייִד, אַ מודה־בעבֿודה־זרה! אין דער אמתן, איז אַזאַ אָפּשאַצונג נישט אַזוי פּשוט. הרבֿ דון יצחק אַברבנאל, אַ כּשרער ייִדישער מפֿרש און דענקער און אַן עקלעקטישער ערודיט, האָט בפֿירוש געשריבן, אַז שלמה המלך האָט געגעבן אַנדערע פֿעלקער עצות, ווי אַזוי זיי זאָלן דינען זייערע אָפּגעטער, ווײַל נישט־ייִדן מעגן דינען דעם אייבערשטן בשיתּוף, אָנערקענענדיק זייערע עבֿודה־זרות, כּל־זמן זייערע געצן בלײַבן סובאָרדינירט צום רבונו־של־עולם. דער דאָזיקער געדאַנק שטאַמט פֿון דער אַמאָליקער פּלוראַליסטישער העלעניסטישער שיטה אין ייִדישקייט.
אַרטאַפּאַנוס שילדערט יציאת־מצרים ווי אַן אינערלעכן מיצרישן מאַכט־קאָנפֿליקט. די מיצרישע מאַסן האָבן כּלומרשט זייער ליב געהאַט משה רבינו, נאָר דער פּרעה כענעפֿרעס האָט אים נישט פֿאַרגינען, ווען משה, זײַענדיק אַ הויכראַנגיקער מיצרישער גענעראַל, האָט מיט דערפֿאָלג געוווּנען אַ גרויסע מלחמה קעגן עטיאָפּיע. צום סוף דערציילט אַרטאַפּאַנוס איבער די מעשׂה פֿון יציאת־מצרים, אָבער אויף אַ לײַכטן, אומדראַמאַטישן אופֿן.
דער אַמעריקאַנער היסטאָריקער ד״ר עריך גרוען טענהט, אַז ס׳רובֿ פֿאָרשער פֿון אַרטאַפּאַנוסן פֿאַרזעען זײַן הומאָר. איך מוז מסכּים זײַן מיט אַזאַ אָפּשאַץ. דער געדאַנק, אַז משה רבינו האָט אויסגעלערט די נאַרישע מיצרים זיך צו בוקן צו קעץ, קלינגט שוין זיכער ווי בדחנות. ס׳זעט אויס, אַז דער דאָזיקער אוראַלטער מחבר האָט געוואָלט פֿאַרוואַנדלען יציאת־מצרים אין אַ טשיקאַווער מעשׂה, וואָס קאָן אַרויסרופֿן גוטע געפֿילן און געלעכטער סײַ בײַ ייִדן, סײַ בײַ מיצרים סײַ בײַ גריכן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO