פֿלאָרידער מאַן־און־פֿרוי וועלן ביידע הײַיאָר פּראַווען זייער 100סטן געבוירן־טאָגFlorida couple will both celebrate their 100th birthday this year
לו און עדיט בלופֿעלד וועלן אויך פֿײַערן זייער 80סטן חתונה־יובֿל אין פֿעברואַר.
כּדי צו הערן דעם אַרטיקל, קוועטשט אונטן.
To hear this article read aloud in Yiddish, click below:
(מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.)
__________
אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק אין באָקאַ ראַטאָן, פֿלאָרידע, וועט הײַיאָר פּראַווען צוויי גרויסע דערגרייכונגען: זייער הונדערטסטן געבוירן־טאָג און זייער 80סטן חתונה־יובֿל, גיט איבער די ייִט״אַ.
לו און עדיט בלופֿעלד, וועלכע קומען פֿון באָלטימאָר, מערילאַנד, קענען זיך זינט 1938, ווען זיי זענען געווען 16 יאָר אַלט. לויט אַן אַרטיקל אינעם „דרום־פֿלאָרידער סאָן־סענטינעל‟ זענען זיי ביידע געגאַנגען אויף אַ מסיבהלע פֿון אַן אַטלעטישן קלוב — ער מיט אַ חבֿרטע, און זי — מיט אַ חבֿר. זיי האָבן זיך באַקענט און ער האָט געבעטן בײַ איר איר טעלעפֿאָן־נומער. מיט צוויי טעג שפּעטער האָט ער זי אָנגעקלונגען און אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן זייער יאָרן־לאַנגע ליבע.
במשך פֿון מער ווי 40 יאָר האָבן זיי געהאָלפֿן אָנפֿירן מיט „בלופֿעלד קייטערינג‟ — אַ כּשרע ליווערן־פֿירמע אין באָלטימאָר וואָס האָט צוגעגרייט עסן פֿאַר אַ צאָל אַמעריקאַנער פּרעזידענטן און געהאָלפֿן כּשרן די קיך אין „ווײַסן הויז‟.
זיי האָבן אויך געקאָכט פֿאַרן געוועזענעם ישׂראלדיקן פּרעמיער מנחם בייגין ווען ער איז געקומען קיין וואַשינגטאָן אין 1978 כּדי אונטערצושרײַבן דעם שלום־אָפּמאַך מיט עגיפּטן. אין 1984 האָבן זיי פֿאַרקויפֿט די פֿירמע און מיט עטלעכע יאָר שפּעטער זיך אַריבערגעצויגן קיין באָקאַ־ראַטאָן.
לו איז געוואָרן אַ בן־מאה דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת און עדיט וועט דערגרייכן 100 יאָר דעם 4טן אויגוסט. זייער 80סטן חתונה־יובֿל פֿאַלט אויס דעם 23סטן פֿעברואַר.
דאָס פּאָרפֿאָלק האָט הײַנט צוויי קינדער און צוויי אייניקלעך און האָפֿט צו פּראַווען זייערע געבוירן־טעג און חתונה־יובֿל צוזאַמען מיט זיי שפּעטער אין יאָר, נאָך דעם ווי אַלע אין דער משפּחה וועלן שוין האָבן באַקומען די אײַנשפּריצונג קעגן קאָוויד־19.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO