Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי אַזוי איז דער עין געוואָרן אַ וואָקאַל?How did the letter ayin become a vowel?

ס׳איז זייער מעגלעך אַז אויף די מיטל־עלטערלעכע אַשכּנזישע ייִדן האָט משפּיע געווען די צורה פֿונעם אות.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

דעם 4טן יאַנואַר איז אויף דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער וועבזײַט „ספֿרים־בלאָג‟ פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ לאַנגער באַלערנדיקער אַרטיקל, וואָס פֿאַרגלײַכט די אוראַלטע לשון־קודשדיקע פֿאָנעטיק מיט דער אַראַבישער. דער מחבר, הרבֿ דוד גראָסמאַן, באַמערקט, אַז ער הייבט נישט אָן צו וויסן, פֿאַרוואָס אין ייִדיש איז דער אות עין געוואָרן אַן עקוויוואַלענט פֿונעם לאַטײַנישן E.

דער אַרטיקל האָט אַרויסגערופֿן אַ לעבעדיקע דיסקוסיע אויפֿן פֿייסבוק, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט שלום בערגער, בערל קערלער און אַ צאָל אַנדערע באַקאַנטע ייִדישיסטן. קיינער האָט אָבער די קשיא נישט פֿאַרענטפֿערט.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן מען פֿרעגן אַ פֿאַרקערטע קשיא: ווי אַזוי איז דער הא געוואָרן „ע‟ אינעם לאַטײַנישן אלף־בית, און עין איז געוואָרן „אָ‟? דער גריכישער אַלפֿאַבעט איז געשאַפֿן געוואָרן, בערך מיט 2,800 יאָר צוריק, אויפֿן סמך פֿונעם כּנענישן (פֿיניקישן). אין ס׳רובֿ גריכישע דיאַלעקטן איז דעמאָלט נישט געווען קיין קאָנסאָנאַנט „ה‟ און דער סעמיטישער גוטוראַלער קלאַנג „ע‟ איז זיכער נישט געווען בנימצא, דעריבער האָבן די אוראַלטע גריכן זיך געגעבן אַן עצה אויסצונוצן אָט־די צוויי אותיות פֿאַר וואָקאַלן. דער לאַטײַנישער אַלפֿאַבעט האָט געירשנט די זעלבע סיסטעם פֿון גריכיש.

שוין אין דער תּקופֿה פֿונעם צווייטן בית־המיקדש איז דער סעמיטישער עין פֿאַרשוווּנדן געוואָרן בײַ אַ טייל ייִדן, בפֿרט אין גליל. אין דער גמרא און מדרשים טרעפֿן זיך צוויי סינאָנימען, „ארכי‟ און „ערכי‟, וואָס שטאַמען פֿונעם זעלבן גריכישן שורש, ווי אין די ווערטער „אַרכיטעקט‟ און „אַנאַרכיע‟, וואָס מיינט „אַ שעף‟ אָדער „מאַכט‟. פֿונעם זעלבן שורש שטאַמט דאָס לשון־קודשדיקע וואָרט „ערכּאות‟ — נישט־ייִדישע געריכט־אינסטאַנצן. כּמעט אַלע מאָל ווערט אָבער סײַ „אַ‟, סײַ „ע‟ טראַנסקריבירט אין געבאָרגענע ווערטער אינעם גמרא־לשון מיט אַן אַלף.

אַ טייל לינגוויסטן גלייבן, אַז אַמאָל איז בײַ די אַשכּנזישע ייִדן נאָך געווען אַ וואַריאַנט פֿונעם סעמיטישן „עין‟, וואָס האָט געקלונגען נאַזאַליזירט, ווי אַ מין „נ‟; צוליב דעם, מעגלעך, האָט זיך באַוויזן אַ „נון‟ אינעם נאָמען „יאַנקל‟ און אינעם וואָרט „מעשׂה‟, וואָס ווערט אין אַ ריי ייִדישע דיאַלעקטן אַרויסגערעדט ווי „מאַנסע‟. אינעם 14טן און 15טן יאָרהונדערט איז דער עין אָבער בײַ די אַשכּנזים אין גאַנצן בטל געוואָרן, און זיי האָבן זיך געגעבן בעצם די זעלבע עצה, ווי די גריכן מיט 2,000 יאָר פֿריִער: אָנגעהויבן אויסנוצן דעם „נוצלאָזיקן‟ אות ווי אַ וואָקאַל.

פֿאַרוואָס אָבער דווקא „ע‟? איך וועל פֿאָרלייגן מײַן אייגענע השערה. פֿאַר קיין אַנדער וואָקאַל וואָלט דער עין סײַ־ווי־סײַ נישט געטויגט; אַלף, וואָוו און יוד זענען פֿון קדמונים אָן געווען אָנגענומען צו באַצייכענען וואָקאַלן. דאָ קען אָבער שטעקן נאָך אַ סיבה: דער עין, בפֿרט אין האַנט־געשריבענע פֿאָרמען, זעט אויס אַ ביסל ענלעך צו דער נקודה סגול; ממילא, האָט מען זי אָנגעהויבן צו באַטראַכט ווי אַ מין „סגול־אות‟.

אויף אַראַביש זעט אויס די נקודה, וואָס באַצייכנט דעם קלאַנג „או‟, ווי אַ קליינער וואָוו (פֿאַרשטייט זיך, דער אַראַבישער וואַריאַנט פֿונעם אות). אין סיריע האָבן אַ טייל קריסטן צוגעטראַכט אַן אַנדער חכמה: צו שרײַבן די וואָקאַלן אויף אַראַמיש, ווען ס׳איז נייטיק, ווי קליינטשיקע גריכישע אותיות אונטער אָדער איבער די אותיות. אין די מיטל־מיזרחדיקע קלויסטערס, וווּ די תּפֿילה־שפּראַך בלײַבט די אַלטע סיריש־אַראַמישע שפּראַך, באַנוצט מען זיך ביז הײַנט מיט אַזאַ געמישטן אַלף־בית, וואָס הייסט „סרטאָ‟ („סערטאָ‟). דאָס דאָזיקע וואָרט טרעפֿט זיך, אַגבֿ, אויך אין גמרא, און מיינט „אַ שורה‟ אָדער „אַ כּתבֿ‟; דערפֿון נעמט זיך „סרט‟, „טאַשמע‟ אינעם מאָדערנעם העברעיִש.

ד״ר דזשעראָלד פֿרייקס, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון אַלט־ייִדיש, האָט אין 2007 פֿאַרעפֿנטלעכט גאָר אַן אינטערעסאַנט בוך וועגן פֿריִיִקע שטודיעס פֿון ייִדיש. אין זײַן אַנטאָלאָגיע זענען אַרײַן צוויי הקדמות, צו „ספֿר המידות‟ און דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון „יוסיפֿון‟, וווּ עס ווערן דערקלערט פֿאַר די לייענער, „פֿרויען און יונגפֿרויען‟, די גראַמאַטישע יסודות פֿון „טײַטש‟ — דהײַנו, ייִדיש. אין ביידע ספֿרים, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1541 און 1546, שטייט געשריבן פּונקט דאָס זעלביקע: „אַן עין ברענגט אַ סגול‟. ס׳איז מעגלעך, אַז די אַמאָליקע ייִדישע שרײַבער האָבן געטאָן פּונקט פֿאַרקערט, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַראַבער און סיריער: אָפּגעטײַטשט דעם דרײַ־עקיקן אות עין ווי אַ פֿאָרעם פֿון סגול.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.