Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדישע ווערטער פֿון דער וואָך: דער אויפֿשטאַנד קעגן דער רעגירונג אין וואַשינגטאָןYiddish words of the week: Insurrection in Washington

דערוויסט זיך ווי אַזוי אַרומצורעדן אויף מאַמע־לשון די גרויליקע, היסטאָרישע געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אינעם קאַפּיטאָל־בנין.

די אויסדרוקן אונטן זענען אַ טייל פֿון אַ רשימה, וואָס די „ייִדיש־ליגע“ האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט. כּדי צו זען די פֿולע רשימה, ווי אויך אַנדערע אין דער סעריע „ייִדישע ווערטער פֿון דער וואָך“, גיט אַ קוועטש דאָ.

נאָך דעם וואָס פּרעזידענט טראָמפּ האָט פּרובירט אונטערצוגראָבן די וואַל־רעזולטאַטן און אויפֿגעהעצט אַ ווילדן המון אויף אַ מאַסן־מיטינג אין וואַשינגטאָן, האָבן אויפֿשטענדלער אײַנגענומען דעם קאַפּיטאָל־בנין בגוואַלד.

דער אַטאַק איז ניט בלויז געווען אַ פּרוּוו איבערצוהאַקן די אַרבעט פֿונעם קאָנגרעס און דערבײַ שטערן דאָס באַשטעטיקן די וואַל־רעזולטאַטן, מע זאָל ניט קענען איבערגעבן די מאַכט פֿון איין פּרעזידענט צום צווייטן, נאָר אַן אָנפֿאַל קעגן דער דעמאָקראַטישער סיסטעם בכלל. אין אוגאַנדע, למשל, וווּ מע וועט באַלד דורכפֿירן וואַלן, האָט מען אָנגענומען די נײַעס ווי אַ בייזער סימן, ממש ווי אַ וואָרענונג פֿאַר אַלע דעמאָקראַטיעס איבער דער וועלט.

דאָס געדראַנג פֿון „אינסורעקציאָניסטן“ ווי מע הייבט זיי אָן צו רופֿן אין דער אַמעריקאַנער מעדיאַ, האָט דערפֿירט צו כאַאָס. כאָטש לײַבוועכטער און אַנדערע זיכערהייט־אַגענטן האָבן געקאָנט אַוועקכאַפּן דעם וויצעפּרעזידענט מײַק פּענס און אים באַשיצן, האָבן הונדערטער געזעץ־געבער געדאַרפֿט זיך באַהאַלטן אין זייערע ביוראָען, די אַרײַנדרינגלער זאָלן זיי ניט קענען באַפֿאַלן.

בשעתן איבערקערעניש איז איין דעמאָנסטראַנטקע דערשאָסן געוואָרן בעת זי האָט פּרובירט אַרײַנצוקלעטערן דורך אַ לאָך אין אַ גלעזערנער טיר בײַם הויפּט־קאַמער פֿונעם בנין. דרײַ אַנדערע מענטשן זענען געשטאָרבן בשעת דער מהומה — צוויי מענער וואָס האָבן געליטן פֿון האַרץ־פּראָבלעמען און אַ פֿרוי, וועמען צענדליקער מענטשן האָבן ניט־וועלנדיק זי צעטראָטן מיט די פֿיס בעת זיי האָבן פּרובירט איבערצוקערן די באַריקאַדעס און זיך אַרײַנגנבֿענען אינעם קאַפּיטאָל־בנין.

נאָך די גרויליקע געשעענישן האָט טוויטער פֿאַרבלאָקירט פּרעזידענט טראָמפּס קאָנטע און מע האָט פֿון אים אַ גאַנצע נאַכט ווייניק וואָס געהערט. אויף מאָרגנס, מער ווי אַ חודש נאָך דעם וואָס דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק איז געגאַנגען שטימען, האָט טראָמפּ סוף־כּל־סוף אָפּגעטראָטן אין די וואַלן און געזאָגט, אַז ער נעמט אָן, אַז מע זאָל מאַכן אַ רויִקן איבערגאַנג פֿון זײַן אַדמיניסטראַציע צו דער קומענדיקער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.