אָנלײַן־פֿאָרלייענונג: לידער פֿון חיקה ברוריה װיגאַנדOnline reading: poems by Beruriah Wiegand
די פּאָעטעסע וועט פֿאָרלייענען פֿון אירע זאַמלונגען „כּלת־בראשית‟ און „צי האָט איר געזען מײַן ציג?‟.
צוליב דעם וואָס שרײַבער און פּאָעטן קענען די טעג ניט פֿאָרן אין אויסלאַנד פֿאָרצולייענען זייערע ווערק פֿאַר אַן עולם, אָרגאַניזירן די אוניווערסיטעטן די ליטעראַרישע פּראָגראַמען מיט אויסלענדישע געסט אָנלײַן.
מאָנטיק, דעם 11טן יאַנואַר, וועט די ייִדישע פּאָעטעסע חיקה ברוריה וויגאַנד, וואָס לערנט ייִדיש בײַם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, פֿאָרלייענען אַ טייל פֿון אירע לידער דורך „זום“. די פּראָגראַם, „אַרויף און אַראָפּ, נאָר תּמיד פֿאָרויס — ייִדישע פּאָעזיע אינעם 21סטן יאָרהונדערט“ ווערט אָרגאַניזירט דורכן „גאָלדרײַך־אינסטיטוט פֿאַר ייִדיש“ בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. רפֿאל האַלף, אַן אָרטיקער גראַדויִר־סטודענט וואָס פֿירט אָן מיטן „אינטערנעץ־אוצר פֿון ייִדישע לידער“, וועט בײַ דער געלעגנהייט רעדן וועגן וויגאַנדס ווערק. (האַלפֿס נאָמען איז אפֿשר באַקאַנט די פֿאָרווערטס־לייענער, ווײַל ער האָט אין 2019 געוווּנען אויפֿן דריטן אָרט אינעם ישׂראלדיקן מלוכישן שרײַבער־קאָנקורס.
די פּראָגראַם, וואָס וועט זײַן אין גאַנצן אויף ייִדיש, וועט פֿאָרקומען 2:00 נאָך מיטאָג ישׂראל־צײַט (7:00 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט).
כּדי צו באַקומען די פֿאַרבינדונג צו זען די פּראָגראַם, שרײַבט צו: yiddish1@tauex.tau.ac.il.
וויגאַנדס אַנומלטיקע זאַמלונג קען מען באַשטעלן דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO