Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿאַר וואָס דער פֿילם „העסטער סטריט‟ איז געווען אַזוי וויכטיק פֿאַר ייִדישע פֿרויען און פֿאַר ייִדישWhy “Hester Street” meant so much for Jewish women and for Yiddish

דער פֿילם איז אַן אויסערגעוויינטלעך ווערק פֿון דער רעזשיסאָרין דזשאָון מיקלין סילווער, וועלכע איז לעצטנס געשטאָרבן צו 85 יאָר.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

די וואָך איז דזשאָון מיקלין סילווער, די רעזשיסאָרין פֿון די אָנגעזעענע ייִדישלעכע פֿילמען „העסטער סטריט‟ און „קראָסינג דעלאַנסי‟, אַוועק פֿון דער וועלט אין עלטער פֿון 85 יאָר.

„העסטער סטריט‟, וואָס איז אַרויסגעקומען אין 1975, איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכער פֿילם. ער איז באַזירט אויף אַב קאַהאַנס נאָוועלע פֿון יאָר 1896, „יעקל: אַ מעשׂה פֿון דער ניו־יאָרקער געטאָ‟. און דערציילט די מעשׂה פֿון אַ מיזרח־אייראָפּעיִשן אימיגראַנט אין אַמעריקע, יאַנקל (געשפּילט פֿון סטיווען קיטס), וואָס וויל שטאַרק זיך אײַנגלידערן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, פֿאַרבײַט ער זײַן ייִדישן נאָמען מיטן ענגלישן „דזשייק‟.

ווען ער ברענגט אַריבער זײַן איידעלע פֿרומע פֿרוי, גיטל (קעראָל קיין), און זייער זון, יאָסעלע, פֿון דער אַלטער היים, קען ער נישט פֿאַרטראָגן איר איבערגעגעבנקייט צו הלכה און טראַדיציע, און פּרוּווט אויף פֿאַרשידענע אופֿנים זי צו „אַמעריקאַניזירן‟. ווען ער זעט אײַן אַז ער קען זי נישט איבערמאַכן מיט גוטן, הייבט ער אָן עס טאָן מיט בייזן, דורך חוזק, דורך דערנידעריקן זי פֿאַר אַנדערע, און ווען דאָס העלפֿט שוין אויך נישט — ממש בגוואַלד.

גיטל גיט זיך אָבער נישט אונטער. צו־ביסלעך געפֿינט זי אופֿנים ווי זיך צוצופּאַסן צו דער נײַער פֿרעמדער סבֿיבֿה, אָן דעם אַז זי זאָל דאַרפֿן אַוועקוואַרפֿן איר ייִדישע אידענטיטעט, ווײַזנדיק דערבײַ אַ טיפֿן גײַסטיקן כּוח הינטער איר באַשיידענעם אויסזען. בײַם סוף פֿון פֿילם, ווען זי און דזשייק זיצן שוין בײַם בית־דין צו קריגן אַ גט, איז קלאָר אַז גיטל האָט שוין די אייבערהאַנט.

ווען „העסטער סטריט‟ איז ערשט אַרויסגעקומען האָט עס געמאַכט אויף מיר, אַן 18־יאָריק מיידל, אַ שטאַרקן רושם. פֿאַר „העסטער סטריט‟ האָט מען אין די אַמעריקאַנער פֿילמען אָפֿט געשילדערט ייִדישלעכע פֿרויען מיט חוזק. די קאָמעדיע The Heartbreak Kid (דער יאַט וואָס פֿאַנגט אַלעמענס האַרץ), וואָס איז אַרויס אין 1972, אָנגעשריבן פֿון ניל סײַמאָן און רעזשיסירט פֿון איליין מיי, איז אַ בײַשפּיל דערפֿון.

אין יענעם פֿילם פֿאָרט אַן ערשט חתונה־געהאַט ייִדיש פּאָרל, לעני און לילאַ, אויף די קושוואָכן אין מיאַמי ביטש. לילאַ רעדט מיט אַ ניו־יאָרקער אַקצענט וואָס קלינגט זייער ייִדישלעך, ווערט געשילדערט ווי אַ פּראָסטע נאַרישע ייִדענע, וואָס איז אַזוי אומראַפֿינירט אַז ווען זיי עסן צוזאַמען אין רעסטאָראַן כאַפּט זי זיך אַפֿילו נישט אַז דאָס פּנים איז בײַ איר פֿאַרשמירט מיטן אייער־סאַלאַט וואָס זי עסט. נאָכן ליגן אויף דער פּלאַזשע ווערט זי אַזוי אָפּגעברענט פֿון דער זון אַז זי מוז ליגן אין האָטעל־צימער מיט קילע נאַסע שמאַטעס איבערן לײַב. ס׳איז קלאָר אַז לעני האָט שוין חרטה וואָס ער האָט מיט איר חתונה געהאַט און ער הייבט אָן קאָקעטעווען מיט אַ שיינער, בלאָנדער נישט־ייִדישער קאָלעדזש־סטודענטקע, קעלי, וואָס איז געקומען אויף וואַקאַציע מיט אירע פֿאַרמעגלעכע עלטערן. בײַם סוף פֿון פֿילם גט לעני זיך אָפּ פֿון לילאַ און האָט חתונה מיט קעלי.

כאָטש דער פֿילם האָט געזאָלט זײַן סאַטיריש, איז דער נמשל געווען קלאָר: ייִדישע טעכטער, פֿירט זיך נישט צו ייִדישלעך, ווײַל אויב יאָ וועט עס פֿאַרטרײַבן אײַערע מענער.

אין „העסטער סטריט‟, פֿון דער אַנדערע זײַט, האָט סילווער געשילדערט גיטל, אויך זייער אַ ייִדישלעכע העלדין, מיט מיטגעפֿיל און דרך־ארץ. גיטל איז אַ גוטהאַרציקע ווײַב און מאַמע. זי טראָגט אַ שייטל און צניעותדיקע קליידער און רעדט פֿרײַ ייִדיש, פֿילנדיק זיך נאַטירלעך מיט איר ייִדישן לעבן־שטייגער ווען זי און דזשייק קריגן זיך, האַלט זי זיך בײַ אירס, אָבער טוט עס אויף אַ רויִקן, בכּבֿודיקן אופֿן.

בײַ גיטלען אויפֿן פּנים זעט מען נישט קיין אייער־סאַלאַט.

דער דרך־ארץ מיט וועלכן סילווער האָט געשילדערט די זייער ייִדישלעכע פֿרוי האָט געמאַכט אויף מיר אַ טיפֿן אײַנדרוק. הייסט עס, אַז ייִדישע מיידלעך ווי איך, וואָס הייסן רחל אָדער פֿריידל אָדער פּנינה, און וואָס מוטשען זיך מיט קוטשעראָווע האָר (לויטן סטערעאָטיפּ האָבן ייִדישע מיידלעך קוטשעראָווע האָר און די „שיקסעס‟ האָבן לאַנגע, גלאַטע האָר), דאַרפֿן נישט אַמעריקאַניזירן אונדזערע נעמען אָדער אויסגלײַכן די האָר!

„העסטער סטריט‟ איז אָבער אויך געווען אַ חידוש צוליב אַ צווייטער סיבה. דאָס איז געווען צום ערשטן מאָל וואָס אַן אַמעריקאַנער פֿילם־רעזשיסאָר האָט פֿילמירט גאַנצע סצענעס אויף ייִדיש. יאָ, מע האָט געקענט הערן אַ ביסל ייִדיש אין פֿריִערדיקע אַמעריקאַנער פֿילמען אָבער זיי זענען געווען בלויז ווערטער און פֿראַזעס, און די כּוונה איז געווען אַרויסצורופֿן געלעכטער ( ווי, למשל, בײַ מעל ברוקסעס פֿילם פֿון 1974, „בלייזינג סעדלס‟). אין „העסטער סטריט‟ אָבער האָבן די צוויי הויפּטהעלדן גערעדט און זיך געקריגט אויף מאַמע־לשון במשך פֿונעם פֿילם, ברענגענדיק דערבײַ אַן אויטענטישן טעם און היסטאָרישע פּינקטלעכקייט צו די דראמאַטישע סצענעס.

נאָך מער אימפּאָנירנדיק איז דאָס וואָס דאָס די אַקטיאָרן האָבן אַרויסגערעדט זייערע רעפּליקן אויף אַ קאָרעקטן ייִדיש, מיט אַן עכטן ייִדישן אַקצענט און אינטאָנאַציע, נישט געקוקט אויף דעם וואָס נישט סטיווען קיטס און נישט קעראָל קיין האָבן געקענט די שפּראַך. אַ פּנים האָט סילווער זיך שטאַרק באַמיט צו געפֿינען ייִדיש־עקספּערטן וואָס זאָלן טרענירן די אַקטיאָרן ווי אַזוי צו קלינגען ווי נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער.

דער פֿאָלקלאָר־עקספּערט איציק גאָטעסמאַן, וואָס לערנט ייִדיש בײַם טעקסאַסער אוניווערסיטעט אין אָסטין, ווײַזט „העסטער סטריט‟ יעדעס יאָר צו זײַן ייִדיש־קלאַס און די סטודענטן אין זײַן קורס וועגן דער קולטור פֿון די אַמאָליקע ייִדישע אימיגראַנטן. ער ווײַזט אויך די רירנדיקע גט־סצענע פֿאַר זײַנע סטודענטן פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר. „איך האַלט אַז דער דיאַלאָג קלינגט עכט און די אַקטיאָרן שפּילן אויסערגעוויינטלעך,‟ האָט ער געזאָגט.

מײַקל וועקס, דער מחבר פֿון די ביכער Born to Kvetch און Just Say Nu זאָגט אַז אויף אים האָט דער פֿילם אויך געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק. „אַזױ װי פֿיל אַנדערע, האָב איך זיך געפֿרײט צו הערן װי מע רעדט אַן אמתדיקן ייִדיש אין ׳העסטער סטריט׳ אַנשטאָט דאָס געװײנטלעכע האָליװוּדער תּרגום־לשון װאָס מע גיט אױס פֿאַר ייִדיש אין אַזױ פֿיל פּראָדוקציעס,‟ האָט וועקס געזאָגט. ער האָט זיך אויך געפֿרײט צו זען װי דער ייִדישער אַקטיאָר און ראַדיאָ־קאָמענטאַטאָר צבֿי סקולער רעדט מאַמע-לשון אין זײַן ראָלע ווי דער רבֿ אין דער גט־סצענע, און שפּילט נישט קײן „ייִדל מיט אַ קאָמישן אַקצענט אױף ענגליש.‟

ס׳האָט אים ספּעציעל הנאה געטאָן צו הערן װי אַזאַ באַקאַנטע אַקטריסע װי קעראָל קײן רעדט מאַמע־לשון אַזוי שיין. „כ׳האָב שיִער נישט געחלשט ווען כ׳האָב זיך דערװוּסט אַז זי קען נישט קײן ייִדיש,‟ האָט ער געזאָגט.  

אָט קענט איר אַליין זען דעם גאַנצן פֿילם, „העסטער סטריט‟:

 

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.