אַוואַנסירטער ייִדיש־קלאַס מיט יעקבֿ באַסנער וועגן דעם פּאָעט אַבֿרהם רייזעןAdvanced Yiddish class with Yakob Basner about the poet Abraham Reisen
דער 93־יעריקער ריגע־געבוירענער לערער וועט לערנען אַ קורס וועגן סאָציאַליזם אין רייזענס ווערק.
לעצטנס איז דערשינען אינעם פֿאָרווערטס אַ פּראָפֿיל פֿון יעקבֿ באַסנער, אַ 93־יעריקער ריגע־געבוירענער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס איז אַ פּאָפּולערער ייִדיש־לערער אין לאָס־אַנדזשעלעס און אומגעגנט. די פֿאָרווערטס־לייענער וועלן באַלד האָבן אַ געלעגנהייט זיך אַליין צו לערנען בײַ אים דורך „זום“.
דעם 15טן יאַנואַר וועט באַסנער לאַנצירן אַן אַוואַנסירטן ייִדיש־קלאַס, אין וועלכן ער וועט לערנען וועגן דעם ווי אַזוי דער סאָציאַליזם ווערט אָפּגעשפּיגלט אין די ווערק פֿונעם פּאָעט און שרײַבער אַבֿרהם רייזען. דער קלאַס וועט צוזאַמען לייענען רייזענס בוך „צווישן גרענעצן“, וואָס באַשרײַבט דאָס לעבן פֿון ייִדישע אימיגראַנטן אין ניו־יאָרק. „צווישן גרענעצן“ איז ספּעציעל פּאַסיק צו לייענען איצט, האַלט באַסנער, ווײַל ס׳איז אַרויס אין 1920, מיט אַ יאָרהונדערט יאָר צוריק.
דער קלאַס וועט זיך טרעפֿן זעקס מאָל, יעדן מיטוואָך 5:00 פֿאַרנאַכט ניו־יאָרקער צײַט. דער שׂכר־לימוד איז $150.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO