ווידעאָ: דאָס ליד פֿונעם „יאָמערוואָכעץ“ אויף מאַמע־לשוןWATCH: The song of the Jabberwocky in Yiddish
די איבערזעצונג פֿון לויִס קאַראָלס ליד אינעם ראָמאַן „דורכן שפּיגל“ כאַפּט אויף די שפּילעוודיקייט פֿונעם אָריגינאַל.
די וואָך איז אַרויס אויף „יוטוב“ אַן אינטערעסאַנטער ווידעאָ, אין וועלכן דער זינגער און רעציטאַטאָר של בנימין לייענט פֿאָר אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון לויִס קאַראָלס ליד Jabberwocky, וואָס אויף ייִדיש הייסט עס „יאָמערוואָכעץ“.
די איבערזעצונג, וואָס רפֿאל פֿינקל, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט און אַ ייִדישער פּאָעט און איבערזעצער, האָט אין 1976 אַרויסגעגעבן אינעם זשורנאַל „יוגנטרוף“, כאַפּט אויף די קאַפּריזן און שפּילעוודיקייט פֿונעם אָריגינאַל. דעם פֿולן טעקסט אויף ייִדיש און ענגליש קען מען לייענען דאָ.
דאָס ליד, וואָס קאַראָל האָט אָנגעשריבן אין 1855, לאַנג איידער ער האָט עס אַרײַנגענומען אין זײַן ראָמאַן, „דורכן שפּיגל, און וואָס אַליס האָט דאָרטן געפֿונען“, איז בכּיוון כּמעט אומפֿאַרשטענדלעך. עס באַשרײַבט ווי עפּעס אַ חיה ווערט דערהרגעט, אָבער אַזוי פֿיל פֿון די ווערטער זענען אויסגעטראַכטע, אַז ס׳איז ניט אין גאַנצן קלאָר וואָס קומט דאָרט פֿאָר. צוליב דעם, וואָס די אומזיניקע ווערטער קלינגען ווי זיי וואָלטן געדאַרפֿט האָבן אַ באַטײַט, טײַטשט מען אויס דאָס ליד אויף פֿאַרשידענע אופֿנים.
לויִס קאַראָל איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די מײַסטערס פֿון ווערטערשפּילן אויף ענגליש און איז געווען אַ בקי אין שאַפֿן אומזיניקע לידער (nonsense poems, בלע״ז). „יאָמערוואָכעץ“ איז געוואָרן אַזוי באַרימט, אַז צוויי ווערטער וואָס קאַראָל האָט דאָרט אויסגעטראַכט ווערן הײַנט טאַקע גענוצט אויף ענגליש ווי נאָרמאַלע ווערטער.
אינעם ראָמאַן זאָגט אַליס אַליין אַז דאָס ליד געפֿעלט איר שטאַרק, כאָטש זי פֿאַרשטייט עס נישט. איך זאָג דאָס זעלבע. מיר דאַכט זיך, אַפֿילו, אַז איך פֿאַרשטיי בעסער דעם גײַסט פֿונעם ליד אויף ייִדיש, ווי אויף ענגליש! נאָר פֿרעגט מיך ניט, אַ שטייגער, וואָס עס איז אַזוינס אַ „יאָמערוואָכעץ“.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO