סאַטמערער רבי זלמן טייטלבוים לײַדט פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוסSatmar Rebbe Zalman Teitelbaum has coronavirus
חסידים אויף אַ חכנסת־ספֿר־תּורה האָבן באַמערקט, אַז ער זעט אויס פֿאַרקילט.
זלמן טייטלבוים, איינער פֿון די צוויי סאַטמערער רביס, האָט לעצטנס טעסטירט פּאָזיטיוו פֿאַרן קאָראָנאַ־ווירוס.
לויט פֿאַרשידענע באַריכטן, לײַדט ר׳ זלמן, וואָס איז אין זײַנע סוף־60ער יאָרן, פֿון מילדע סימפּטאָמען.
טײטלבוים, וואָס זײַן הויפּטקוואַרטיר איז אין וויליאַמסבורג, ברוקלין, איז נישט דער ערשטער חסידישער רבי זיך אָנצושטעקן מיטן קאָראָנאַ־ווירוס. זײַן עלטערער ברודער און קאָנקורענט, דער צווייטער סאַטמערער רבי, ר׳ אַהרן טייטלבוים, האָט באַקומען דעם ווירוס אין מאַרץ.
במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים האָבן די סאַטמערער חסידים געמאַכט אַ סך גרויסע חתונות, לוויות און יום־טובֿדיקע פֿײַערונגען, נישט געקוקט אויף די פֿאַראָרדענונגען פֿון דער שטאָט צו באַקעמפֿן דעם קאָראָנאַווירוס. אין נאָוועמבער האָט מען פֿאַרקלענערט די צאָל געסט אויף דער חתונה פֿון ר׳ זלמנס אַן אייניקל, ווײַל די גראַנדיעזע פּלענער האָבן באַקומען אַ סך אויפֿמערק בײַם ברייטן עולם.
דעם זעלביקן חודש האָט מען בסוד געשטעלט אַ חופּה פֿאַר ר׳ אַהרנס אַן אייניקל און זיך באַרימט אין דער צײַטונג „דער בלאַט“, אַז טויזנטער ייִדן זענען געקומען. נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער ניו־יאָרקער בירגערמײַסטער ביל דע־בלאַזיאָ און גובערנאַטאָר אַנדרו קואָמאָ האָבן די חתונות פֿאַרדאַמט, האָט מען ווײַטער געשטעלט חופּות פֿאַר אַ ריזיקן עולם אין קרית־יואל, וווּ עס געפֿינט זיך ר׳ אַהרנס הויפּטקוואַרטיר.
אין אַ רעדע וואָס ר׳ אַהרן האָט לעצטנס געהאַלטן נאָך אַ חתונה, האָט ער זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער רעגירונג. „מיר גיבן זיך נישט אונטער. מיר פֿאַרמאַכן זיך נישט. מיר האָבן נישט פֿאַרשפּאַרט די מסודות־התּורה — נישט די תּלמוד־תּורהס, נישט די מיידל־שולעס, און נישט די ישיבֿות. אַלץ גייט ווי געוויינטלעך. דער אייבערשטער האָט אונדז געהאָלפֿן, און די רעגירונג האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זיי האָבן צו טאָן מיט עקשנים“.
עטלעכע טעג פֿאַר דעם וואָס ר׳ זלמן איז דיאַגנאָזירט געוואָרן, האָבן טויזנטער סאַטמערער חסידים זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ הזכּרה נאָכן סאַטמערער דיין, ר׳ ישׂראל חיים מנשה פֿרידמאַן. שבת־צו־נאַכטס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט פֿאָטאָגראַפֿיעס אויף „וואַטסאַפּ“ וואָס ווײַזן, ווי ר׳ זלמן טאַנצט מיט הונדערטער חסידים בײַ אַ חכנסת־ספֿר־תּורה. איין ייִד וואָס איז געווען אויף דער צערעמאָניע האָט געשריבן אויף אַ חסידישן אינטערנעץ־פֿאָרום, אַז דער רבי האָט אויסגעזען „פֿאַרקילט“. לויט די פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט קיינער ניט געטראָגן קיין מאַסקע.
On Satmar Forum https://t.co/EDT1tk3N6Y, a follower of the Satmar Rebbe relates how last night in the Satmar shul he saw that the Rebbe wasn’t feeling well.
Yet this didn’t stop the rabbi to have mass gatherings in his shul, and visit a bereaved family today.
הוי רועי ישראל! pic.twitter.com/jHSqhrDEMc
— Shlomo Felberbaum (@ShlomoFelber) December 28, 2020
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO