רובינליכט־פּריז זשורי באַצייכנט דוד קאַץ ווי „אַ נײַער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור“Rubinlicht Prize jury names Dovid Katz a new classic writer of Yiddish literature
מע לויבט דעם מחברס לשון און סטיל און פֿאַרגלײַכן זײַנע ווערק צו די פֿון י. ל . פּרץ.
דער לינגוויסט, שרײַבער און פֿאָרשער דוד קאַץ איז הײַיאָר דער לאַורעאַט פֿונעם פּריז אויפֿן נאָמען פֿון לייב רובינליכט, ווי אַן אָנערקענונג פֿון זײַן בוך, „אײַנשטיין פון סוויר און אַנדערע דערציילונגען“. דער זשורי, וואָס איז באַשטאַנען פֿון רבֿקה באַסמאַן־בן־חיים, דניאל גלאי און רוני כּהן, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אָט דעם בריוו, וואָס דערקלערט זײַנע מאָטיוון.
ניט לײַכט צו פֿאַרסכהכּלען אין געציילטע שורות דעם טיפֿן באַדײַט פֿון הירשע־דוד מעינקעס’ בוך „אײַנשטיין פון סוויר און אַנדערע דערציילונגען“, בעיקר צוליב זײַן רײַכקייט און שלימותדיקייט. ס’ווילט זיך פּשוט אָפּשטעלן בײַ יעדער דערציילונג, געניסן פֿון זיי אַלע און זיך פֿילן אַ טייל פֿון זייער אייגנטאַרטיקער, יחיד־במינודיקער וועלט.
דער צײַט־באַנעם אין די אַלע דערציילונגען, אַפֿילו די אין וועלכע דער סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר אויסער מיזרח־אייראָפּע און ליטע, געפֿינט זיך אין אַן עקזאָטישן רוים, אַוווּ די צײַט האָט זיך אָפּגעשטעלט, כּדי צו פֿאַראייביקן אירע געשטאַלטן און אויך די טיפֿענישן פֿון דער שפּראַך, פֿונעם ייִדישן לשון גופא. פֿון איין זײַט באגײַסטערט אונדז די טיפֿקייט, קענטשאַפֿטן און אינטימקייט פֿון מחבר מיט אַלץ וואָס ס’נעמט אַרום דעם דורותדיקן לעבן פֿון דעם לאַנד פון די ליטוואַקעס, נאָר אַלע באַשרײַבונגען זענען אויף אַזוי פיל גענויע און איבערצײַגנדיקע, אַז מיר דערפֿילן זייער לעבן אויך הײַנט צו טאָג און מיר שפּירן זיך בשעתן לייענען אַז אויך מאָרגן וועלן זיי מיט אונדז זײַן.
הירשע־דוד מעינקעס האָט אַ באַזונדערן, געשליפֿענעם געפֿיל פאַר דער שפּראַך. ניט נאָר וואָס ער באַנוצט זיך קינסטלעריש אויסגעהאַלטן מיטן ליטווישן יידישן לשון, נאָר יעדעס וואָרט, זײַן קלאַנג און ריטעם, איז גענוי אויסגערעכנט. דעריבער קלינגען בײַ אים פאַרשיידענע אַרכאַיזמען פֿריש און דערפֿרישנדיק. הירשע־דוד מעינקעס’ שפּראַך־באַוווּסטזיניקייט שטייט אויף דער העכסטער מדרגה. דער פֿאַקט וואָס דאָס מאָל ניט ווילנע דווקא, נאָר סוויר ווי אויך אַנדערע קליינע און טיפּישע שטעטלעך, מיכאַלעשיק, זשעטל, סווינציאַן, גלובאָק, דרויע, און אַ סך אַנדערע שטייען בײַ יעדן אַמאָליקן ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר אין סאַמע תּוך פון דער נשמה. אָן קיין ספֿק אַז אָט דאָס בוך „אײַנשטיין פון סוויר און אַנדערע דערציילונגען“ שטעלט דעם מחבר אַוועק פֿעסט ווי אַן אומפֿאַרגלײַכלעכן פּראָזע־שרײַבער, וואָס קאָן שוין הײַנט באַטראַכט ווערן ווי אַ טייל פֿון דער ייִדישער קלאַסישער ליטעראַטור. ס’הייסט ניט נאָר וואָס דער מחבר געהערט צו די נאָכן־חורבן ייִדישע שרײַבער, וועלכע האָבן זיך פֿאַרעקשנט ווײַטער צו שאַפֿן אויף מאַמע־לשון, נאָר זײַן ליטעראַרישער בײַטראָג פֿאַרנעמט שוין הײַנט אַ בכבֿודיקן אָרט צווישן אונדזערע סאַמע באַרימטסטע שרײַבער.
דער מיסטיציזם און דאָס רוחניות וועלכע שוועבן אין אַלע דערציילונגען פֿון „אײַנשטיין פון סוויר“ קאָן אין א געוויסער מאָס אַסאָציירט ווערן מיט דער געשטאַלט פֿון י.ל. פּרץ, זײַן טיפֿקייט און גײַסטיקער וועלט. אמת, אונדזער קלאַסיקער איז געקניפּט און געבונדן מיטן חסידיזם, בּשעת אונדזער „יונגער“ שרײַבער גיט זיך אָפּ גראַדע מיט מתנגדישע הויכקייטן. אָבער אין א געוויסער ספֿערע שרײַבן זיי זיך גראָד ביידע דורך, קומען צו אַ נאָענטער באַרירונג און פֿירן אַ שטילן סודותפֿולן דיאַלאָג.
הינטער יעדער דערציילונג פֿון הירשע־דוד מעינקעס שטייט אַ נײַע טעמע און סוזשעט, וועלכער טראָגט אַ פֿילאָסאָפֿישן באַדײַט און אַ ריזיקע עטישע קראַפֿט. הירשע־דוד מעינקעס’ שאַפֿונג, מיט איר אויטאָנאָמישן גײַסט און שאַרפֿזיניקן אידייען־קאַמף לשם־שמים, איז אַ פֿיגוראַטיווע פֿאַנטאַסטישע קונסט וואָס פֿאַרכּישופֿט דעם לייענער און לאָזט אין אים אַן אומפֿאַרגעסלעכן בילד פֿון די עכטסטע ליטווישע ייִדן פֿון נעכטן, הײַנט און אויך פֿון מאָרגן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO