מגפֿה־פּראָטעסטן אין דײַטשלאַנד פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטישע קאָנספּיראַציע־טעאָריעסGermany’s pandemic protests are mainstreaming anti-Semitic conspiracy theories
אומשולדיקע גרופּעס ווי אַנטי־מלחמה אַקטיוויסטן, גייס און ניו־איידזשערס מאַרשירן זײַט בײַ זײַט מיט נעאָ־נאַציס און אַנטי־וואַקציניסטן
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע עטלעכע חדשים האָבן נעאָ־נאַציס אָנגעהויבן אַלץ מער אַרויסטרעטן אויף מאַניפֿעסטאַציעס אין דײַטשלאַנד, בפֿרט בײַ אַנטי־קאָראָנע־ווירוס־דעמאָנסטראַציעס אָדער ווי מע רופֿט זיי אויף דײַטשיש: „אַנטי־קאַראָנאַ־דעמאָס‟. די פּראָטעסטן זענען נישט נאָר קעגן דער געצוווּנגענער פֿאַרשפּאַרונג, נאָר קעגן אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות מיטן ווירוס, אַרײַנגערעכנט דעם לייקענען אַז ער עקזיסטירט בכלל.
ס׳רובֿ פֿון די דעמאָנסטראַציעס ווערן אָרגאַניזירט דורך דער גרופּע, „קווערדענקען 711‟ — סקעפּטיקער פֿונעם קאָראָנע־ווירוס וועלכע רופֿן די רעגירונג אָפּצושטעלן די מיטלען וואָס זי האָט אײַנגעאָרדנט אָפּצושטעלן די מגפֿה. דער פֿעדעראַלער ביוראָ פֿאַר דער באַשיצונג פֿון דער קאָנסטיטוציע האָט שוין געוואָרנט וועגן דעם אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם און דער פּרעזידענט פֿונעם בונדעסטאַג האָט נישט איין מאָל אַפּעלירט אַז מע זאָל בעסער באַשיצן דאָס ייִדישע לעבן אין דײַטשלאַנד.
„קווערדענקען 711‟ איז געגרינדעט געוואָרן בײַם אָנהייב פֿון דער פּאַנדעמיע דורך אַן עקספּערט פֿון אינפֿאָרמאַציע־טעכנאָלאָגיע, מישאַעל באַלוועג אין דער פֿאַרמעגלעכער שטאָט שטוטגאַרט און זי איז גיך געוואָרן אַ באַוועגונג איבערן גאַנצן לאַנד. דער ציפֿער 711 איז דער אָרטיקער טעלעפֿאָן־קאָד. אין אַנדערע שטעט פֿאַרבײַט מען דעם 711 מיטן אָרטיקן טעלעפֿאָן־קאָד.
אַוודאי איז יעדער באַרעכטיקט צו פּראָטעסטירן קעגן דער פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג אָבער וואָס קומט איצט פֿאָר אין דײַטשלאַנד דאַרף אַלעמען באַאומרויִקן. אומשולדיקע גרופּעס ווי אַנטי־מלחמה אַקטיוויסטן, קווירער לײַט און ניו־איידזשערס מאַרשירן זײַט בײַ זײַט מיט אַנטי־וואַקציניסטן און נעאָ־נאַציס, אַרײַנגערעכנט אָנהענגער פֿון QAnon און „רײַכסבירגער‟ — עקסטרעם־רעכטע וואָס טענהן אַז די פֿעדעראַלע רעפּובליק פֿון דײַטשלאַנד איז אַ פֿיקציע און אַ קרײַז פֿון עליטן קאָנטראָלירן דאָס דײַטשישע פֿאָלק.
אַזוי ווי QAnon, גלייבן די „רײַכסבירגער‟ אין אַ כּלומרשטיקער „טעאָריע פֿון דער ייִדישער וועלט־קאָנספּיראַציע‟ („יודישע וועלט־פֿערשווערונג‟, אויף דײַטש), לויט וועלכער זיי באַשולדיקן די ייִדן „און זייערע מיטהעלפֿער‟ אין פּרוּוון גרינדן אַ נײַע וועלט־אָרדענונג.
ס׳פֿאַלט אַ פּחד ווען מע זעט די פֿאָן פֿונעם דריטן רײַך לעבן רעגן־בויגן־פֿענער און משפּחות מיט קליינע קינדער. אויף איין מאַניפֿעסטאַציע האָט אַפֿילו געפֿלאַטערט אַ גרויסער פּאָרטרעט פֿון מאַהאַטמאַ גאַנדי.
אין אויגוסט האָט אַ גרופּע מענטשן אויף אַן אַנטי־קאָראָנע־דעמאָנסטראַציע לעבן דעם בונדעסטאַג־בנין באַוויזן אַריבערצוקריכן איבער די פּאָליציייִשע באַריקאַדעס און אַרויפֿצולויפֿן די טרעפּ פֿונעם בנין, פֿאָכענדיק מיט פֿענער פֿונעם דריטן רײַך. דער עקסטרעם־רעכטער פֿליגל האָט באַצייכנט די אַקציע ווי אַן „אָבלאַווע אויפֿן בונדעסטאַג‟. נאָך ערגער איז דאָס וואָס געוויסע מעדיאַ־קוואַלן האָבן אָנגעהויבן ניצן דאָס וואָרט „אָבלאַווע‟ אין זייערע אייגענע באַריכטן און מיט דער צײַט האָט מען שוין געזען דעם טערמין אומעטום, כאָטש ס׳איז בכלל נישט געווען קיין אָבלאַווע ווײַל דער פּאַרלאַמענט און זײַנע אַדמיניסטראַטיווע אָפּעראַציעס זענען קיין מאָל נישט געווען אין קיין סכּנה און די פּראָטעסטאַנטן האָבן אַפֿילו נישט באַוויזן אַרײַנצוקומען אין בנין. פֿון דעסט וועגן איז ממש אַ מורא צו זען די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דעם געשעעניש, ווען מע נעמט אין באַטראַכט אַז אַ גרופּע וואָס דעמאָנסטרירט קעגן דעמאָקראַטיע האָט באַוויזן צוצוקומען אַזוי נאָענט צום האַרץ פֿון דער דײַטשישער דעמאָקראַטיע.
אַ צווייטע באַאומרויִקנדיקע אַנטוויקלונג איז דאָס וואָס געוויסע אַקטיוויסטן האָבן שוין גענומען ציִען פֿאַרבינדונגען מיט געשעענישן אונטערן נאַצי־רעזשים. אַ 22־יאָריקע פֿרוי וואָס רופֿט זיך יאַנאַ פֿון קאַסעל, למשל, האָט, שטייענדיק בײַם פּאָדיום בעת אַ דעמאָנסטראַציע אין האַנאָווער דערקלערט אַז ווען זי אָרגאַניזירט און טיילט אויס פֿלי־בלעטלעך אויף אַנטי־קאָראָנע־דעמאָנסטראַציעס פֿילט זי זיך ווי סאָפֿיע שאָל, די דײַטשע סטודענטקע און אַנטי־נאַצי אַקטיוויסטקע וואָס איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט אין 1943 פֿאַרן האָבן אויסגעטיילט פֿלי־בלעטלעך פֿאַרדאַמענדיק די מלחמה.
דער פֿאַרגלײַך איז אַבסורד. די נאַציס האָבן אומגעבראַכט סאָפֿיע שאָל פֿאַרן זאָגן וואָס זי האָט געהאַלטן מוז געזאָגט ווערן, בעת יאַנאַ האָט די פֿרײַהייט צו זאָגן וואָס זי וויל נאָר און מעג עפֿנטלעך קריטיקירן די רעגירונג. איר זאָגן אַז די צוויי סיטואַציעס זענען ענלעך מאַכט אַ חוזק פֿון די אַלע יחידים וואָס האָבן מוטיק זיך אַנטקעגנגעשטעלט דעם דריטן רײַך.
אין אַ צווייטן בײַשפּיל האָט אַן 11־יאָריק מיידעלע דערקלערט בײַם פּאָדיום בעת אַ דעמאָנסטראַציע אין קאַרלסרוע אַז זי האָט זיך געפֿילט ווי אַנאַ פֿראַנק ווײַל זי האָט אויף איר געבוירן־טאָג געמוזט בלײַבן אין דער היים, „שטיל ווי אַ מויז‟ און נישט געקאָנט עפֿנטלעך פּראַווען דעם יום־טובֿ.
לעצטנס האָבן געוויסע דעמאָנסטראַנטן אַפֿילו אָנגעהויבן אַרומגיין טראָגנדיק אַ מגן־דוד אויפֿן אָרעם באַגלייט מיטן וואָרט „אומגײַמפּפֿט‟ (נישט־וואַקצינירט). דאָ ווידער מאַכן מיר צו קליינגעלט די ייִדן וואָס האָבן אונטער די נאַציס געמוזט טראָגן די געלע לאַטעס.
דער הײַנטיקער אַנטיסעמיטיזם הייבט זיך אָפֿט אָן צו־ביסלעך, דורך דעם וואָס מענטשן מינימיזירן די געשעענישן פֿון דער נאַציסטישער תּקופֿה דורכן ציִען מאָדנע פּאַראַלעלן צווישן דער הײַנטיקער רעגירונג מיט דער שוידערלעכער נאַצי־דיקטאַטור. „קווערדענקען‟ האָט שוין אַפֿילו געפֿונען אַן אופֿן צו פּראָפֿיטירן דורכן פֿאַרקויפֿן זאַכן וואָס פֿאַרשפּרייטן שׂינאה־רייד. מיכאַעל באַלוועג האָט שוין רעגיסטרירט פֿאַרשידענע ווערסיעס פֿונעם וואָרט „קווערדענקען‟ ווי אַ האַנדל־מאַרקע פֿאַר זײַן סחורה. לויט דעם דײַטשישן זשורנאַל „נעצפּאָליטיק‟ פֿאַרקויפֿט ער שוין 69 זאַכן, אַרײַנגערעכנט זשאַקעטן, זומער־לײַבלעך און אויטאָ־קלעפּלעך.
אַ צווייטע איניציאַטיוו, וואָס הייסט „דאָס פֿאָלק קעגן קאָראָנע‟ זאַמלט געלט כּדי אָנצוקלאָגן די דײַטשישע רעגירונג אין געריכט. אַ צווייטע וועבזײַט געפֿירט פֿון אַ דײַטשישן אַדוואָקאַט פּרוּווט אָנקלאָגן די דײַטשישע רעגירונג פֿאַר איר קאָראָנע־ווירוס־פּאָליטיק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
לויט אַן אַרטיקל אין דער וואַשינגטאָן פּאָסט ווערן די דעמאָנסטראַציעס אַלץ מער ראַדיקאַליזירט. מענטשן וואָס זאָרגן זיך וועגן דער צוקונפֿט ווערן איצט אָפֿט ווערבירט דורך רעכטע עקסטרעמיסטן — בפֿרט ווײַל די דײַטשן האָבן זינט דעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿון דער בערלינער וואַנט נישט געמוזט פֿאָלגן אַזוי פֿיל באַגרענעצונגען מצד דער רעגירונג.
צוליב דער אָנגעווייטיקטער געשיכטע פֿון זייער לאַנד איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס די דײַטשן זענען אַזוי שפּירעוודיק ווען מע פּרוּווט אײַנצאַמען זייער פֿרײַהייט. און ס׳איז נאַטירלעך אַז זיי זאָרגן זיך וועגן דער צוקונפֿט פֿון אונדזער דעמאָקראַטיע. אָבער דערווײַל פֿונקציאָנירן אַלע אונדזערע דעמאָקראַטישע אינסטיטוציעס ווי ס׳באַדאַרף צו זײַן, און דער חילוק צווישן דעם לאַנד הײַנט און דער נאַצישער תּקופֿה איז ווי טאָג און נאַכט.
צו גיין אויף אַ דעמאָנסטראַציע זײַט בײַ זײַט מיט נאַציס איז אַליין אַ פּאַראַדאָקס. אויב די דײַטשישע בירגער און רעגירונג וועלן זיך נישט פֿעסט אַנטקעגנשטעלן דעם פֿענאָמען וועט דײַטשלאַנד פֿאַרלירן דעם אינפֿאָרמאַציע־קאַמף קעגן יענע וואָס ווילן צעשפּאַלטן די געזעלשאַפֿט, אויפֿן סמך פֿון אַנטיסעמיטישע קאָנספּיראַציע־טעאָריעס, און דערבײַ שטעלן אין אַ סכּנה נישט בלויז די פֿרײַהייט און דעמאָקראַטיע פֿון דײַטשלאַנד, נאָר אויך דאָס פֿרידלעכע לעבן פֿון די ייִדן דאָ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO