„זום“־שמועס אויף ייִדיש וועגן דער מאָדערניסטישער פּאָעטעסע דבֿורה פֿאָגעלZoom chat in Yiddish about modernist poet Deborah Vogel
אַנאַסטאַזיע ליובאַס, וואָס האָט איבערגעזעצט אַ זאַמלונג פֿון פֿאָגעלס ווערק, וועט רעדן מיט דער קולטור־טוערין מירי קאָראַל.
אַ דאַנק עטלעכע איבערגעגעבענע פֿאָרשער און איבערזעצער, וואָס שטרעבן מפֿרסם צו זײַן אירע ווערק, האָט זיך ממשותדיק צעוואַקסן דער אינטערעס צו דער פּאָעטעסע און פֿילאָסאָפֿין דבֿורה פֿאָגעל.
אַנאַסטאַזיע ליובאַס, אַ יונגע פֿאָרשערין, שרײַבערין און איבערזעצערין פֿון אוקראַיִנע, האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ גרויסע זאַמלונג פֿון פֿאָגעלס שריפֿטן אין איר אייגענער איבערזעצונג, די ערשטע זאַמלונג אַזאַ אויף ענגליש. דאָס בוך נעמט ניט בלויז אַרײַן פֿאָגעלס לידער, עסייען און פֿילאָסאָפֿישע ווערק, נאָר אויך אירע בריוו און קריטישע רעצענזיעס וואָס אַנדערע האָבן געשריבן וועגן אירע לידער; צווישן זיי — איר חבֿר, דער באַקאַנטער ראָמאַניסט און קינסטלער ברונאָ שולץ, וועמען זי האָט דערמוטיקט ווײַטער צו שרײַבן ווען ער האָט בכלל אויפֿגעהערט שאַפֿן נײַע ווערק.
זונטיק, דעם 10טן יאַנואַר, 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט אַנאַסטאַזיע ליובאַס שמועסן אויף ייִדיש וועגן פֿאָגעלס לעבן, ווערק און קינסטלערישער פֿילאָסאָפֿיע מיט מירי קאָראַל, דער דירעקטאָרין פֿונעם „קאַליפֿאָרניער ייִדישן אינסטיטוט“. די פּראָגראַם ווערט אײַנגעאָרדנט דורך דער „ייִדיש־קאָמיטעט בײַ דער טאָראָנטער ייִדישער פֿעדעראַציע“, דעם ”קולטור־קאָנגרעס“, און דעם „קאַליפֿאָרניער ייִדישן אינסטיטוט“. די פּראָגראַם איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. איר קענט זיך רעגיסטרירן דאָ.
אַנאַסטאַזיע ליובאַס איז אויפֿגעוואַקסן אין אוקראַיִנע און וווינט הײַנט אין טאָראָנטע, וווּ זי שרײַבט אַ פּאָסט־דאָקטאָראַט בײַם טאָראָנטער אוניווערסיטעט. זי האָט באַקומען איר דאָקטאָראַט פֿון בינגאַמטאָן־אוניווערסיטעט, וווּ זי האָט געשריבן אַ טעזיס וועגן דעם ווי אַזוי דבֿורה פֿאָגעלס לידער באַשרײַבן די גרענעצן צווישן פּאָעזיע און פֿילאָסאָפֿיע. פֿאַראַיאָרן האָט זי אויך אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג פֿון פֿאָגעלס לידער אויף אוקראַיִניש אין איר אייגענער איבערזעצונג.
מע קען לייענען פֿאָגעלס ליד „דער גלעזער“ אין ליובאַס ענגלישער איבערזעצונג, ווי אויך אינעם ייִדישן אָריגינאַל דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO