מוזיקאַלישע פּרעמיערע: ניו־יאָרק בײַ נאַכט אין ייִדישע לידערMusical premiere: New York at night in Yiddish poetry
דער נײַער ציקל לידער פֿון אַלעקס ווײַזער פּאַסט צו אָריגינעלע מוזיק צו פּאָעזיע פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד, נפֿתּלי גראָס און ראובֿן אײַזלאַנד.
אַלעקס ווײַזער, דער יונגער קאָמפּאָזיטאָר וואָס איז הײַיאָר נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „פּוליצער־פּריז“ פֿאַר זײַן אַלבאָם ייִדישע קונסטלידער, וועט דינסטיק, דעם 5טן יאַנואַר, דעבוטירן אַ נײַעם ציקל לידער. די קאָמפּאָזיציע „אין אַ טונקל־בלויער נאַכט“ פּאַסט צו נײַע מוזיק צו דרײַ ווערק פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד, נפֿתּלי גראָס און ראובֿן אײַזלאַנד, וואָס באַשרײַבן די שטאָט ניו־יאָרק בײַ נאַכט.
מע וועט טראַנסמיטירן די קאָמפּאָזיציע, פּונקט ווען עס גייט אונטער די זון — 4:43 ניו־יאָרקער צײַט. עס וועט אויפֿטרעטן די זינגערין אַני ראָזען, באַגלייט פֿונעם פּיאַנע־שפּילער דניאל שלאָסבערג. די פּראָגראַם איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
כּדי צו באַקומען אַ דערמאָנונג וועגן דער פּראָגראַם, פֿאַרשרײַבט זיך דאָ.
די קאָמפּאָזיציע האָט אונטערגעשטיצט די „אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿאַר קאָמפּאָזיטאָרן, מחברים און פֿאַרלאַגן“, באַקאַנט ווי ASCAP — אַ פֿונדאַציע וואָס באַשיצט די דרוקרעכט פֿון אירע 750,000 מיטגלידער.
אינעם ציקל הערט מען די לידער „אָוונט“ פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד, „ניו־יאָרק“ פֿון נפֿתּלי גראָס און „נאַכט־רעפֿלעקס“ פֿון ראובֿן אײַזלאַנד. דער טיטל פֿון דער קאָמפּאָזיציע האָט ווײַזער גענומען פֿון אַ שורה אין גראָסעס קורצע ליד, וואָס לייענט זיך אַזוי:
ניו־יאָרק
ווי די שטערן אויף דעם הימל,
אין אַ טונקל־בלויער נאַכט,
צינדן דײַנע גאַסן זיך,
צינדן דײַנע טורעמס זיך,
גרויסע רוישנדיקע שטאָט.
צינדן דײַנע טורעמס זיך,
צינדן דײַנע פֿענצטער זיך,
צינדן ווי די שטערן זיך,
אין אַ טונקל־בלויער נאַכט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO