אַלע פֿאָרווערטס־וויצבילדער אויף איין אָרטAll the Forverts cartoons in one spot
די נײַ־געשאַפֿענע וויצבילדער, אויף ייִדיש, קומען פֿון אונדזערע לייענער.
אַ קאַרטון לכּבֿוד די ליבהאָבער פֿון בייגל פֿון לעסלי טערנער
אַ קאַרטון פֿאַר די ליבהאָבער פֿון הערי פּאָטער פֿון אַלונה באַך
די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז געווען גאָר אַ חשובֿע פֿאַר ייִדיש! קאַרטון פֿון אַלונה באַך.
כאָטש אַ סך יונגע לײַט זענען נאָך אַלץ נישט וואַקצינירט געוואָרן קעגן דעם קאָראנאַ־ווירוס, וועלן אַ טייל פֿון זיי שוין
געפֿינען א מיטל זיך צו זען מיט זייערע געליבטע. פֿון אַלונה באַך
די לעצטע צוויי טעג פֿונעם יום־טובֿ פּסח לייענט מען אין שיל אַ באַליבטע מגילה.
אָט איז אַ פּשוטער קאַרטון, געשאַפֿן פֿון שׂרה־רחל שעכטער און אסתּי עליס, אָפּצוגעבן כּבֿוד יענער טראַדיציע.
ווען ד׳׳ר סוס וואָלט געשריבן פֿאַר ייִדישע קינדער. קאַרטון פֿון אלונה באַך
אַ פֿרוי שטעלט איר מאַן אַ וויכטיקע פֿראַגע פֿון דער ראַבינערטע ר. ווײַס
אַ גרופּע קאַטשקעס באַטראַכטן אַ מעגלעכן לאַנדסמאַן פֿון אַלונה באַך
צום גליק איז דאָס אַ יום־טובֿ וואָס מע קען פּראַווען אָן שום זאָרג. פֿון דליה וואָלפֿסאָן
אַ קינד מיינט אַז די יום־טובֿדיקע באַגריסונג אין הימל איז געוואָנדן צון אים. פֿון אַלונה באַך
ראבינערטע ר. ווײַס ווײַזט אונדז איין גוטע זאַך וואָס איז אַרויסגעקומען פֿונעם יאָר 2020.
ראַבינערטע ווײַס איז די גײַסטיקע פֿירערין פֿון „קהילת בית־אל פֿון באָקס־קאַונטי‟ אין יאַרדלי, פּענסילווייניע. זי האָט ליב הינט און זאָגט אַז ווען זי וואָלט אַליין געהאַט אַ הינטל וואָלט זי אים אַ נאָמען געגעבן ראַבטשיק.
געוויסע הײַפֿישן זענען פּשוט מער ראַפֿינירט ווי אַנדערע.
דאָס מאכל װאָס האָט געדאַרפֿט געװינען דעם פּריז פֿאַרן בעסטן געריכט פֿון 2020.
דאָס יאָר 2020 איז בײַ אַלעמען געווען אַ שווערס. אָט איז אַלונה באַכס אָפּרוף דערויף.
די קאַרטוניסטקע דליה וואָלפֿסאָן אַנטפּלעקט פֿאַר אונדז פֿאַר וואָס דער 25סטער דעצעמבער האָט פֿאַר אונדז ייִדן אַ ספּעציעלן באַטײַט הײַיאָר
דאָס ווײַטערדיקע וויצבילד קומט צו אונדז פֿון אַלונה באַך, אַ דאָקטאָראַנטקע בײַם מאַסאַטשוסעטסער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט, וווּ זי שטודירט די געשיכטע פֿון טעכנאָלאָגיע. זי לערנט זיך ייִדיש אין האַרוואַרד בײַ ד״ר שרה פֿעלדמאַן און איז אויך אַן אַקטריסע וואָס איז שוין אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ענגלאַנד און אוקראַיִנע.
איזי מעקלער, אַן אײַנוווינער פֿון בערקלי, קאַליפֿאָרניע, האָט צוגעשיקט דעם פֿאָרווערטס אַ וויצבילד לכּבֿוד חנוכּה וואָס מיר ברענגען אײַך דאָ אונטן.
איזי אַרבעט ווי אַ קריפּטאָגראַף און האָט ליב מאַטעמאַטיק, היימיש געבאַקן ברויט און שמועסן אויף ייִדיש. ער וואָלט געוואָלט זיך טרעפֿן אויף אַ טעפּל קאַווע מיט אַנדערע ייִדיש־רעדער וואָס וווינען אין דער „ביי‟־געגנט. מע קען אים דערגרייכן דורך טוויטער.
אָט איז אַ וויצבילד פֿון בתיה (בעטסי) מאָרגאַן. בתיה וווינט אין פֿילאַדעלפֿיע און אַרבעט ווי אַן אינזשענירין פֿון דער מאַטעריאַלן־וויסנשאַפֿט. זי האָט ליב צו לייענען, שפּילן די פֿלייט און קולטיווירן די וואַקסנדיקע צאָל געוויקסן בײַ איר אין שטוב.
אונדזער ערשט וויצבילד איז געווען פֿון לעסלי טערנער, אַ פּענסיאָנירטע בריווטרעגערין און קאַרטוניסט וואָס וווינט אין טאָראָנטאָ. זי האָט ערשט לעצטנס אָנגעהויבן שטודירן ייִדיש בײַם טאָראָנטער אוניווערסיטעט. ווען איר ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין, סאַשאַ האָפֿמאַן, האָט געבעטן די סטודענטן שאַפֿן עפּעס נײַס אויף ייִדיש, האָט לעסלי באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ וויצבילד. דאָס איז טאַקע דאָס ערשטע מאָל וואָס זי מאַכט אַ קאַרטון אויף ייִדיש:
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO