ווידעאָ: אַ גאָר געראָטענע אויפֿפֿירונג פֿון „דער דיבוק“WATCH: A wonderful performance of “The Dybbuk”
אַ טרופּע באַקאַנטע אַקטיאָרן פֿון דער ייִדישער בינע פּאַסט צו ש. אַנ־סקיס מײַסטערווערק צו דער זום־תּקופֿה.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
הײַיאָר איז געוואָרן הונדערט יאָר זינט די „ווילנער טרופּע“ איז צום ערשטן מאָל אויפֿגעטראָטן מיט איר לעגענדאַרער אינסצענירונג פֿון ש. אַנ־סקיס „דער דיבוק“.
כּדי אָפּצומערקן דעם יוביליי האָט דער „ייִדישער קולטור־קאָנגרעס“ דורכגעפֿירט אַן אָנלײַן־אויפֿפֿירונג פֿון דער פּיעסע אויף ייִדיש מיט אַן אַנסאַמבל אַקטיאָרן פֿון פֿינף לענדער. טעאַטער טראַנסמיטירט דורך „זום“ איז שווער צו מאַכן אויף אַ הויכן ניוואָ אָבער אַ דאַנק די פֿעיִקייטן פֿון די אַקטיאָרן און אַ ביסל טעכנישן כּישוף בײַם צונויפֿשטעלן דעם ווידעאָ איז די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג שטאַרק געלונגען.
אין דער וווּנדערלכער אויפֿפֿירונג, רעזשיסירט פֿון אַלען לויִס ריקמאַן, זענען אויפֿגעטראָטן דניאל קאַהן ווי חנן, וועמענס דיבוק איז אַרײַן אין לאהן; מײַק בורשטיין ווי ר׳ סנדר בריניצער (לאהס פֿאָטער), מענדי כּהנא ווי דער צדיק, ר׳ עזריאלקע מיראָפּאָליער און שיין בייקער ווי ר׳ שמשון, דער אָרטיקער רבֿ. רפֿאל גאָלדוואַסער, אמיתי קדר, און מײַקל וועקס האָבן אויך אָנטייל גענומען.
ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד אַז יעדער נוסח פֿון „דער דיבוק“, זאָל זײַן אַ פֿילמירטער, צי אַ טעאַטראַלער, איז אָפּהענגיק אין, איבערהויפּט, דעם טאַלאַנט פֿון דער אַקטריסע וואָס שפּילט לאה, דאָס מיידל וואָס ווערט באַנומען פֿון אַ דיבוק. אַ גליק וואָס יעלענע שמואלענסאָן האָט געשפּילט די ראָלע. איר לאה איז פּשוט אומפֿאַרגעסלעך. שמואלענסאָן האָט באַוויזן צו שילדערן די העלדינע סײַ מיט פּאַטאָס, מיט וועלכן דער צוקוקער פֿילט טאַקע מיט, סײַ מיט אַ שרעקעדיקער אומהיימלעכקייט. ווען אַן אַקטריסע שפּילט אויס אַזאַ ראָלע, אויף אַ צו שרעקעדיקן אופֿן קען דער עולם ניט סימפּאַטיזירן מיט איר. אַז זי גיט אָבער דעם עולם צו פֿיל מיטגעפֿיל פֿאַרן מיידל, פֿאַרלירט מען דעם נייטיקן אומהיימלעכן אַספּעקט. שמואלענסאָן באַלאַנסירט די צוויי קאָנטראַסטן, מע זאָל סײַ מורא האָבן פֿאַר לאהן, סײַ וועלן אַז דער דיבוק זאָל קריגן וואָס זי וויל — בלײַבן אין לאהן אויף אייביק.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO