ווידעאָ: הערט „אַלע מענטשן זענען ברידער‟ לכּבֿוד בעטהאָווענס 250סטן געבוירן־טאָגWATCH: Celebrate Beethoven’s 250th birthday with ‘Ode to Joy’ in Yiddish
בעטהאָווענס מוזיק האָט אינספּירירט אַ ייִדישע קינדער־מעשׂה און צוויי ייִדישע ווערסיעס פֿון „די פֿרייד‟ וואָס מע זינגט בײַם סוף פֿונעם ווערק.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
די וואָך מערקט מען אָפּ 250 יאָר זינט ס׳איז געבוירן געוואָרן לודוויג וואַן בעטהאָווען, איינער פֿון די גרעסטע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון אַלע צײַטן, וועלכער איז אויך געווען גאָר באַליבט בײַ די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.
בעטהאָווענס פּאָפּולערע פּיאַנע־סאָנאַטע, „די לבֿנה־שײַן־סאָנאַטע‟, למשל, איז די טעמע פֿון אַ וווּנדערלעכע קינדער־מעשׂה פֿונעם ייִדישן שרײַבער שלמה באַסטאָמסקי, וווּ ער שטעלט זיך פֿאָר ווי בעהאָווען האָט געשאַפֿן דאָס ווערק, זיצנדיק בײַם פֿענצטער בײַ נאַכט, לטובֿת אַ בלינדער יתומה און איר ברודער.
(פֿאַקטיש האָט דאָס ווערק נישט באַקומען דעם טיטל, „לבֿנה־שײַן־סאָנאַטע‟ ביז פֿינעף יאָר נאָך בעטהאָווענס טויט, ווען דער דײַטשישער מוזיק־קריטיקער און פּאָעט לודוויג רעלשטאַב האָט געשריבן אַז די שטימונג פֿונעם ערשטן אָפּטייל דערמאָנט אים אינעם געפֿיל ווען מע קוקט אויפֿן רויִקן לבֿנה־שײַן איבער דער אָזערע לוסערן, אין דער שווייץ.)
באַסטאָמסקי האָט פּובליקירט די דערציילונג אין זײַן קינדער־זשורנאַל, „גרינינקע ביימעלעך‟, אין ווילנע אין 1927 לכּבֿוד בעטהאָווענס 100סטן יאָרצײַט, און ווידער — אין בוכפֿאָרעם — מיט אַ יאָר שפּעטער. מיט אַ חודש צוריק האָט דער אָנלײַן־זשונראַל „אין געוועב‟ אָפּגעדרוקט די דערציילונג אויף ייִדיש, באַגלייט מיט אַ נײַער ענגלישער איבערזעצונג פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר אַלעקס ווײַזער.
בעטהאָווענס נײַנטע סימפֿאָניע, אַ כאָרווערק וואָס ער האָט געשאַפֿן צווישן 1822 און 1824 און וואָס ווערט אָפֿט באַצייכנט ווי זײַן בעסט ווערק, נעמט אַרײַן אַ באַאַרבעטונג פֿון Ode an die Freude — אַ ליד געשריבן פֿונעם דײַטשישן פּאָעט און דראַמאַטורג פֿרידריך שילער אין 1785, וואָס רופֿט צו אַחדות פֿון דער מענטשהייט.
מרדכי ריוועסמאַן, דער מחבר פֿונעם ליד „חנוכּה אוי חנוכּה‟, האָט איבערגעזעצט שילערס ליד, האַלטנדיק זיך נאָענט צום טעקסט, געבנדיק עס דעם טיטל, „די פֿרייד‟. י. ל. פּרץ האָט אויך איבערגעזעצט דאָס ליד, כאָטש דער טעקסט איז גאַנץ אַנדערש פֿון שילערס. הײַנט איז פּרצעס ליד באַקאַנט בײַ אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדישן געזאַנג. די אָ סטראָפֿע גיט אָן די אוניווערסאַלע טעמע פֿון זײַן נוסח:
„אַלע מענטשן זײַנען ברידער
געלע, ברוינע, שוואַרצע, ווײַסע
פֿעלקער, ראַסן און קלימאַטן
ס׳איז אַן אויסגעקלערטע מעשׂה.
אין 2015 האָט דער ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר שיין אויפֿגעפֿירט פּרצעס נוסח פֿונעם ליד אויף אַ קאָנצערט בײַם „מערקין קאָנצערטזאַל‟ אין מאַנהעטן. די כאָר־באַאַרבעטונג האָט דורכגעפֿירט דער דיריגענט פֿונעם כאָר, בנימין שעכטער. הײַנט קענט איר אַליין פּראַווען בעטהאָווענס 250סטן געבוירן־טאָג דורכן צוהערן זיך צום ליד דאָ:
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO