טראָמפּס כּלומרשטיקע פֿאַרבינדונגען מיט קאָסמישע באַשעפֿענישןTrump’s alleged connection to extraterrestrials
ישׂראלדיקע פּאָליטישע סיכסוכים ברענגען צו אויסטערלישע קאָנספּיראַציעס.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך אין די צײַטונגען פֿאַרשפּרייט אַ ידיעה: חיים אשד (עשעד), דער געוועזענער זיכערהייט־שעף פֿון דער ישׂראלדיקער קאָסמאָס־אַגענטור, האָט געמאָלדן, אַז דער אַוועקגייענדיקער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דאָנאַלד טראָמפּ, האָט אַ פֿאַרבינדונג מיט פֿרעמד־פּלאַנעטישע באַשעפֿענישן. לויט אשדס ווערטער, איז די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע רעגירונג שוין לאַנג אין קאָנטאַקט מיט דער אומערדישער חבֿרה, וואָס פֿאָרט אַרום אין די פֿליִענדיקע טעלערס; ס’איז אָבער נאָך צו פֿרי צו אַנטפּלעקן די סודות דערפֿון.
אשד איז אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט. אַ געבוירענער אין 1933, איצט אַ 87־יאָריקער, האָט ער געדינט ווי אַ גענעראַל אין צה”ל און געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר אין טכניון. במשך פֿון כּמעט 30 יאָר האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער ישׂראלדיקער קאָסמאָס־פּראָגראַם. אין זײַן אַנומלטיקער אינטערוויו קלינגט ער אין גאַנצן קלאָר און שׂכלדיק.
די מעשׂה האָט מיר דערמאָנט אַ געשעעניש, וואָס האָט געטראָפֿן אינעם יאָר 1994 אין דער פּעטערבורגער שיל. ס׳איז אַרײַנגעקומען איינער אַ פּענסיאָנירטער רוסישער גענעראַל מיט אַ דיקער פּאַפּקע דאָקומענטן, וואַרעם באַגריסט דעם שמשׂ און געמאָלדן, אַז ער ווייסט גאַנץ קלאָר, אַז ייִדן ווילן איבערנעמען די גאָרע וועלט.
„חס־וחלילה!‟ האָט זיך אָפּגערופֿן דער שמשׂ. דער געוועזענער גענעראַל האָט צעלייגט אויפֿן טיש זײַנע מאַפּעס פֿון פּלאַנירטע מיליטערישע אַטאַקן און מיט אַ שטרענגן טאָן באַטאָנט: „נישטאָ וואָס צו באַהאַלטן! אַדרבה, איבערצונעמען די וועלט איז זייער אַ גוטער אײַנפֿאַל, נאָר איר, ייִדן, זענען צו פֿרידלעך דאָס דורכצופֿירן. מיט נוקלעאַרע באָמבעס און מיט דער הילף פֿון פֿרעמד־פּלאַנעטישע ציוויליזאַציעס וועלן מיר מיט אײַך צוזאַמען, מערצעשעם, אויספֿירן מײַן פּלאַן.‟ שפּעטער האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז יענער גענעראַל האָט מען שוין לאַנג געהאַט באַזײַטיקט פֿון דער רוסלענדישער אַרמיי פֿאַר אַ פּסיכישער קראַנקייט.
חיים אשד איז אָבער בײַ די קלאָרע געדאַנקען. ס׳זעט אויס, אַז ער גלייבט טאַקע אין פֿרעמד־פּלאַנעטישע קאָנספּיראַציעס. עס בלײַבט נישט קלאָר, צי ער האָט מיט זײַנע ווערטער געמיינט צו שטיצן דעם פּרעזידענט טראָמפּ, אָדער פֿאַרקערט. אין זײַן שמועס מיט „ידיעות אַחרונות‟ האָט ער געזאָגט, אַז טראָמפּ איז געווען גרייט צו אַנטפּלעקן דעם סוד פֿון זײַנע קאָסמישע באַציִונגען, נאָר די „גאַלאַקטישע פֿעדעראַציע‟ האָט זיך אָפּגעזאָגט, כּל־זמן מיר, די ערדמענטשן, לעבן נישט בשלום איינער מיטן צווייטן. „זיי ווילן נישט גורם זײַן קיין מאַסן־היסטעריע,‟ האָט דערקלערט דער געוועזענער גענעראַל.
וואָס קאָן מען זאָגן? אויב מע לייגט אַוועק די השערה, אַז חיים אשד האָט מגלה געווען דעם אמת, וועלן זײַנע ווערטער זיכער באַגײַסטיקן אַ סך שרײַבער פֿון וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק — אָדער, ווי עס דריקן זיך אויס אַ טייל ייִדישיסטן, פֿאַקטאַזיע: נישט יעדן טאָג דערציילט דאָך אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט וועגן די פֿליִענדיקע טעלערס, דערצו אין אַ שאַרפֿן פּאָליטישן קאָנטעקסט.
נאָכן נצחון פֿון דזשאָסעף בײַדען איז צווישן די ישׂראלים אויסגעבראָכן אַ קריגערײַ אויף דער אינטערנעץ. און ס׳איז טאַקע כּדאַי דאָ צו דערמאָנען אַן אינטערעסאַנטן פֿענאָמען: אין אַ גרויסער מאָס שטאַמען די קאָסמאָס־קאָנספּיראַציעס דווקא פֿון ארץ־ישׂראל. אַפּנים, האָבן ביכער אויף דער דאָזיקער טעמע אויסגענומען אַפֿילו צווישן הויפּטשטראָמיקע זיכערהייט־גענעראַלן.
דער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט זכריה סיטשין (1920־2010), למשל, וואָס האָט געוווינט זינט 1952 אין ניו־יאָרק, איז שטאַרק באַליבט בײַם ישׂראלדיקן עולם. צווישן אַנדערע חידושים, האָט סיטשין באַטאָנט, אַז אין אונדזער זונסיסטעם איז פֿאַראַן אַן אַנדער פּלאַנעט, „ניבירו‟, און דאָרט וווינען באַשעפֿענישן, וואָס האָבן אַמאָל באַזוכט די ערד און זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר שומערישע געטער. סיטשינס פֿאַנטאַזיעס זענען געווען אין אַ גרויסער מאָס באַגרינדעט אויף באַקאַנטע און גאָר אינטערעסאַנטע מדרשים, לויט וועלכע די געפֿאַלענע מלאָכים זענען אין נחס צײַטן געקומען אויף דער ערד און פֿאַרזינדיקט מיט די ערד־פֿרויען, מאַכנדיק דערבײַ קינדער מיט איבערמענטשלעכע פֿעיִקייטן. פֿון סיטשינס טעאָריעס שטאַמען אויך די אַנטיסעמיטישע השערות פֿונעם בריטישן שרײַבער דייוויד אײַקס, לויט וועלכן די ראָטשילד־משפּחה און אַנדערע גבֿירים זענען האַלב־רעפּטיליעס פֿון אַן אַנדער פּלאַנעט. אַזוי צי אַנדערש — סײַדן די „גאַלאַקטישע פֿעדעראַציע‟ מישט זיך אַרײַן — האָט טראָמפּ פֿאַרשפּילט די וואַלן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO