ייִוואָ־ווינטער־קורסן וועלן אַרײַננעמען טעמעס פֿאַרבונדן מיט טיראַניע און קינדער־ליטעראַטורYIVO winter courses to include topics related to tyranny and children’s literature
צווישן די לערער: מרים יודל, חנה נאָריך, טימאָטי סנײַדער און אילן סטאַווענס.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
צום נײַנטן יאָר נאָכאַנאַנד אָרגאַניזירט דער ייִוואָ אַ סעריע אינטענסיווע ווינטער־קורסן בשותּפֿות מיט „באַרד־קאַלעדזש“. להיפּוך צו דער זומער־פּראָגראַם, וואָס די קלאַסן פֿאָקוסירן זיך כּמעט אויסשיסלעך אויף דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, נעמען די קורסן פֿון דער „ווינטער פּראָגראַם וועגן דער אַשכּנזישער ציוויליזאַציע“ אַרײַן אַ גרעסערע גאַמע טעמעס.
הײַיאָר טראָגט די פּראָגראַם אַ מער פּאָליטישן כאַראַקטער ווי געוויינטלעך. ווי דער ייִוואָ גיט איבער אויף זײַן וועבזײַט, האָט ער צוליב דעם אָנגייענדיקן אויפֿקום פֿון טיראַנישע רעזשימען אַרום דער וועלט פֿאַרבעטן אַ ריי היסטאָריקער צו לערנען קורסן וועגן דער טיראַניע.
טימאָטי סנײַדער (יעיל־אוניווערסיטעט), אַ באַרימטער היסטאָריקער וואָס שרײַבט איבערהויפּט וועגן מאַסן־מאָרד און טיראַנישע פֿירער, וועט לערנען אַ קורס וועגן ווי אַזוי מע קען באַטראַכטן די געשיכטע פֿון די ייִדן אינעם 20סטן יאָרהונדערט אין ליכט פֿונעם אויפֿקום פֿון טיראַנישע באַוועגונגען הײַנט צו טאָג.
ינותן ברענט, דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿונעם ייִוואָ, אַן עקספּערט אין דער רוסישער געשיכטע, וועט לערנען אַ קורס וועגן דעם, ווי סטאַלינס פֿאַרוואַנדלונג אין אַ דיקטאַטאָר ווערט אָפּגעשפּיגלט אין דער ליטעראַטור.
ריטשאַרד אָווענדען, דער הויפּט־ביבליאָטעקאַר בײַם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, וועט לערנען אַ קורס וועגן דעם צעשטערן ביבליאָטעקן במשך פֿון דער געשיכטע.
וואָס שייך דער ליטעראַטור וועט מרים יודל (עמאָרי אוניווערסיטעט) לערנען אַ קלאַס וועגן דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור, אין וועלכן זי וועט דערקלערן די פּאָליטישע און קינסטלערישע מאָטיוואַציעס פֿון אירע מחברים און ווי אַזוי זי שפּיגלט אָפּ דעם ייִדישן אָפּרוף אויף דער מאָדערניטעט.
חנה נאָריך (מישיגענער אוניווערסיטעט) וועט לערנען אַ קורס וועגן פּאָליטיק אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּאָעזיע. מע וועט, איבערהויפּט, באַטראַכטן ווי אַזוי אַזעלכע פּאָעטן ווי דוד עדעלשטאַט, מלכּה לי, יעקבֿ גלאַטשטיין און דאָרע טייטלבוים האָבן רעאַגירט אויף אַרבעטער־קאַמפֿן און פּראָטעסטן, ראַסע־באַציִונגען און די שפּאַנונגען צווישן ישׂראל, אַמעריקע און דער אַלטער היים אין דער ייִדישער אידענטיטעט.
אילן סטאַוואַנס (אַמהערסט־קאַלעדזש), אַן עקספּערט אין דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער ליטעראַטור, און אַ מחבר און דראַמאַטורג אויף ייִדיש, שפּאַניש און ענגליש, וועט לערנען אַ קורס וועגן דעם גרויסן אַרגענטינער שרײַבער כאָרכע לויִס באָרכעס און זײַן ליבשאַפֿט צו די ייִדן. מע וועט בציבור פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿון זײַנע ווערק, כּדי זיך צו דערוויסן ווי אַזוי די ייִדישע טעמאַטיק ווערט אָפֿט אָפּגעשפּיגלט אין זײַנע שריפֿטן.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿונעם 5טן ביזן 22טן יאַנואַר. געוויסע קלאַסן וועלן זיך טרעפֿן דרײַ מאָל און אַנדערע — זעקס. דער טערמין זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף די קלאַסן איז דאָנערשטיק, דער 28סטער דעצעמבער. כּדי זיך צו רעגיסטרירן, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO