דער פֿאָרווערטס זוכט נײַע וויצבילדער בײַ די לייענערThe Forverts is seeking original cartoons from its readers
זעט דעם ערשטן קאַרטון — אַ פּאַסיקער קאָמענטאַר אויף חנוכּה 2020.
נעמענדיק אין באַטראַכט אַז ייִדישע וויצבילדער (קאַרטונס,) זענען אַ מאָל געווען שטאַרק פּאָפּולער אין דער ייִדישער פּרעסע, וואָלט דער פֿאָרווערטס געוואָלט אָנהייבן רעגלמעסיק פּובליקירן אַ ייִדיש וויצבילד, געשאַפֿן פֿון די לייענער און מיטשרײַבער. די אונטערשריפֿטן קענען זײַן אויף ייִדיש אָדער אויף ענגליש, און מיר וועלן עס איבערזעצן.
אַלע קאַרטונס דאַרף מען שיקן צו schaechter@forward.com. בײַ יעדן קאַרטון וואָס ווערט פּובליקירט וועט דער מחבר באַקומען $50.
אונדזער ערשט וויצבילד איז פֿון לעסלי טערנער, אַ פּענסיאָנירטע בריווטרעגערין און קאַרטוניסט וואָס וווינט אין טאָראָנטאָ. זי האָט ערשט לעצטנס אָנגעהויבן שטודירן ייִדיש בײַם טאָראָנטער אוניווערסיטעט. ווען איר ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין, סאַשאַ האָפֿמאַן, האָט געבעטן די סטודענטן שאַפֿן עפּעס נײַס אויף ייִדיש, האָט לעסלי באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ וויצבילד. דאָס איז טאַקע דאָס ערשטע מאָל וואָס זי מאַכט אַ קאַרטון אויף ייִדיש:
וויצבילדער זענען געווען אַ פֿאַרשפּרייטע זאַך אין דער ייִדישער פּרעסע אין מיזרח־אייראָפּע, בפֿרט אין וואַרשע. דאָס ערשטע וויצבילד אין אַמעריקע איז געדרוקט געוואָרן אין דער „ניו־יאָרקער ייִדישער אילוסטרירטער צײַטונג‟ אין 1887 — אַ צײַטשריפֿט וואָס האָט זיך געדרוקט בלויז צוויי יאָר לאַנג. סאַטירישע ייִדישע וויצבילדער, בפֿרט אויף פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס, האָבן זיך אָפֿט געדרוקט אין די הומאָריסטישע צײַטשריפֿטן, „דער גרויסער קונדס‟ און „דער קיביצער‟.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO