חנוכּה — אַ פֿרויען־טאָגHanukkah as Women’s Day
דער יום־טובֿ איז פֿאַרבונדן מיט צוויי ייִדישע העלדינס און אַ מלכּה.
צוויי ייִדישע יום־טובֿים אַסאָציִיִרן זיך מיט פֿרויען: פּורים און חנוכּה. אין אַ געוויסן זין מעג מען עס זאָגן אויך וועגן שבֿועות, ווען מע לייענט מגילת־רות.
יעדער ווייסט די מעשׂה מיט אסתּר־המלכּה, נאָר ווייניק מענטשן קלערן, מסתּמא, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַן אַנדער אוראַלטער טעקסט, וואָס טראָגט אַ נאָמען פֿון אַ פֿרוי, אַ טעקסט וואָס איז געווען פּאָפּולער בײַ ייִדן אין אוראַלטע צײַטן: ספֿר־יהודית. ס׳איז מעגלעך, אַז ספֿר־יהודית איז פֿון אָנהייב אָן פֿאַרשריבן געוואָרן אויף גריכיש. דער דאָזיקער טעקסט דערציילט וועגן אַ העלדישער פֿרוי, וואָס האָט מסכּים געווען צו קומען צו נבֿוכנדנצרס גענעראַל האָלאָפֿערניס, כּלומרשט כּדי צו פֿאַרראַטן ייִדן, זיך באַפֿרײַנדעט מיט אים, אָנגעשיכּורט אים און אָפּגעקעפּט. הגם דער סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר אין בבֿל, גלייבן אַ סך היסטאָריקער, אַז דער ספֿר איז פֿאַרשריבן געוואָרן אין דער תּקופֿה פֿון מכּבים און איז מרמז אויפֿן ייִדישן נצחון איבער די גריכן.
די מעשׂה איז אַרײַן אין דער אוראַלטער „מגילת־אַנטיוכוס‟, וווּ עס גייט אַ רייד פֿון די מכּבים און חשמונאָים; אין אַ טייל ייִדישע קהילות איז עס געווען פֿאַקטיש אַ חנוכּה־עקוויוואַלענט פֿון מגילת־אסתּר: אין איטאַליע, תּימן און אַ ריי אַנדערע לענדער פֿלעגט מען עס פֿאַרשרײַבן ווי געהעריק אויף אַ קלף און פֿאָרלייענען בפֿרהסיא מיט אַ ברכה. בײַ אַ טייל תּימנער ייִדן בלײַבט מגילת־אַנטיוכוס נאָך אַלץ אַן אינטעגראַלער חלק פֿון פּראַווען חנוכּה.
אָנגעשריבן אויף אַראַמיש, איז מגילת־אַנטיוכוס איינער פֿון די עלטסטע ספֿרים־הקדושים. הגם די חז״ל האָבן עס נישט אײַנגעשלאָסן אין תּנ״ך, זענען געבליבן אַ צאָל אַלטע כּתבֿ־ידן, וווּ דער דאָזיקער גאָר אינטערעסאַנטער טעקסט ווערט למעשׂה פֿאַררעכנט ווי אַ תּנ״כישער. רבי סעדיה גאָון האָט געגלייבט, אַז מגילת־אַנטיוכוס שטאַמט טאַקע פֿון די חשמונאָים־צײַטן. די הײַנטיקע פֿאָרשער זענען זיך אָבער משער, אַז ס׳איז ייִנגער, אָבער זיכער גאָר אַלט. דער בבֿלישער תּלמיד־חכם רבי שמעון קיירא דערמאָנט עס שוין אינעם נײַנטן יאָרהונדערט.
אין שײַכות מיט מגילת־אַנטיוכוס זענען אויך געוואָרן פּאָפּולער בײַ ייִדן פֿאַרשיידענע ווערסיעס פֿונעם גריכישן ספֿר־יהודית, איבערגעזעצט אויף לשון־קודש ווי „מדרש יהודית‟ אָדער „מעשׂה יהודית‟. אַלע נוסחאָות דערפֿון זענען אָדער דירעקט פֿאַרבונדן מיט חנוכּה, אָדער פּובליקירט צוזאַמען מיט חנוכּה־מדרשים. דער ערשטער ייִדישער וואַריאַנט איז אַרויס אין קראָקע, אין 1571. דער איבערזעצער, שלום בר אַבֿרהם, שרײַבט אין דער אַלט־ייִדישער הקדמה: „דאָס ביכעלע האָב איך אַלע ווײַבערן צו ערן לאָזן דרוקן‟ – דהײַנו, לכּבֿוד אַלע פֿרויען (דער פֿאַרצײַטישער אויסלייג מאָדערניזירט). אין דער אַמסטערדאַמער ייִדישער אויסגאַבע פֿון 1761 הייבט זיך אָן די מעשׂה מיט נבֿוכדנצרן, אָבער אונטערן טיטל „ספֿר יהודית — חנוכּה‟.
אַ ריי מדרשים, אויך בפֿירוש פֿאַרבונדן מיט חנוכּה, זענען געווידמעט אַן אַנדער העלדישער פֿרוי, חנה. ווען דער מלך אַנטיוכוס האָט בײַ איר געפֿאָדערט, זי זאָל זיך בוקן צו דער גריכישער עבֿודה־זרה און עסן חזיר־פֿלייש, האָבן אירע זיבן זין זיך אָפּגעזאָגט; איינער נאָכן צווייטן, זענען זיי פֿאַרפּײַניקט געוואָרן אויף שרעקלעכע אופֿנים; די מאַמע איז דערנאָך אַראַפּגעשפּרונגען פֿון אַ הויכן דאַך און זיך גענומען דאָס לעבן.
ס׳זעט אויס, אַז אין דער תּקופֿה פֿון חשמונאָים איז דער סטאַטוס פֿון ייִדישע פֿרויען טאַקע געשטיגן. במשך פֿון נײַן יאָר האָט אין ארץ־ישׂראל רעגירט נישט אַ מלך, נאָר גאָר אַ מלכּה: שלומציון אָדער אַלכּסנדרה. זי איז אַרויף אויפֿן טראָן אינעם יאָר 76 פֿאַר דער קריטסלעכער צײַט־רעכענונג, און איז געווען די לעצטע אומאָפּהענגיקע פֿירערין פֿון מלכות־חשמונאָים; ווען איר זון יוחנן הורקנוס איז געקומען צו דער מאַכט, איז דאָס לאַנד געוואָרן אַן אונטערטאַן פֿון רוים.
שלומציון־המלכּה האָט פֿאַרבעסערט די באַציִונגען פֿון איר רעגירונג מיט די פּרושים, געעפֿנט פֿון ס׳נײַ דעם גרויסן סנהדרין און געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם פֿאַרשפּרייטן די שיטה, וועלכע האָט זיך שפּעטער פֿאַרוואַנדלט אין דער הײַנטיקער „רבנישער‟ ייִדישקייט. מע דערציילט, אַז דער גרויסער תּלמיד־חכם שמעון בן שטח איז געווען איר ברודער. פֿון אַלע חשמונאָיִשע מלכים — על־פּי־רובֿ צווייפֿלהאַפֿטיקע טיראַנישע פּאַרשוינען — ווערט זי דערמאָנט אין דבֿרי־חז״ל דווקא ווי אַ גוטע, געראָטענע מנהיגטע. דער באַקאַנטער פֿרומער היסטאָריקער הרבֿ אַהרן הימאַן האָט איר געווידמעט קורצע, אָבער אינטערעסאַנטע פּרקימלעך אין זײַן ענציקלאָפּעדיע „תּולדות תּנאָים ואַמוראָים‟.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO