Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אין אַן ענגלישן שטעטל בײַם ים, ווילן די אײַנוווינער ראַטעווען אַן אַלטן שיל־בניןResidents of an English sea town want to rescue an old synagogue

אין מאַרגייט איז אַ מאָל געווען אַ בליִענדיק ייִדיש לעבן. הײַנט וויל מען פֿאַרוואַנדלען דעם בנין אין אַ קונסטצענטער.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

פֿראַנטשעסקאַ טער־בערג וווינט שוין אַנדערהאַלבן יאָר אינעם שטעטל מאַרגייט אויפֿן דרומדיקן ברעג פֿון ענגלאַנד. מער ווי אַ יאָר האָט זי בכלל ניט געוווּסט וועגן דער אָרטיקער שיל, וואָס געפֿינט זיך אויף אַ הינטערשטן געסעלע, די לאָדנס שוין פֿון לאַנג צוגעמאַכט. באַלד נאָך דעם וואָס זי האָט דעם בנין אַנטדעקט, האָט זי זיך דערוווּסט, אַז מע וועט אים באַלד ליציטירן און מסתּמא אַראָפּרײַסן.

איצט וויל זי, צוזאַמען מיט אַ גרופּע אָרטיקע אײַנוווינער, קויפֿן דעם 91־יאָריקן בנין און אים פֿאַרוואַנדלען אין אַ מולטיקולטורעלן קונסטצענטער, וואָס זאָל דינען ווי אַן אָנדענק נאָכן ייִדישן לעבן, וואָס האָט דאָרטן אַמאָל געבליט. מע דאַרף זיך אָבער גיך נעמען צו דער אַרבעט ווײַל די ליציטאַציע וועט פֿאָרקומען דעם 16טן דעצעמבער.

די מאַרגייט־שיל, וואָס מע האָט פֿאַרענדיקט בויען אין 1929, האָט מען געגרינדעט כּדי צו באַדינען די וואַקסנדיקע צאָל מתפּללים, סײַ אָרטיקע אײַנוווינער, סײַ טוריסטן אויף וואַקאַציע. לכתּחילה האָט מען געדאַוונט אין איין צימער. שפּעטער האָט מען געקויפֿט אַ הויז, אָבער מע האָט באַלד געדאַרפֿט אַן אייגענעם בנין. צוליב פֿינאַנציעלע שוועריקייטן אין די יאָרן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט עס געדויערט מער ווי צען יאָר, ביז מע האָט געשאַפֿן די נייטיקע געלטער.

ווען מע האָט סוף־כּל־סוף געעפֿנט די שיל אינעם דעמאָלט־פֿאַרמעגלעכן קליפֿטאָנוויל־קוואַרטאַל, איז מאַרגייט געווען אַ שפּרודלדיק קוראָרט און אַ סך פֿון אירע האָטעלן האָבן געהאַט ייִדישע אייגנטימער. אַזוי ווי אַנדערע בריטישע שטעטלעך בײַם ים, אָבער, לײַדט דאָס שטעטל שוין זינט די 1980ער יאָרן פֿון אַן עקאָנאָמישן קריזיס. די ייִדן זענען אַוועק און באַזוכן מער ניט דאָס שטעטל און די שיל האָט הײַנט בלויז 11 מתפּללים. שוין דרײַ יאָר וואָס מע דאַוונט דאָרט נישט מער.

ווען מע האָט לכתּחילה געלייגט דעם גרונטשיין, האָט די אָרטיקע צײַטונג באַצייכנט דעם בנין ווי „אַ ווערדיקע אָפּשפּיגלונג פֿון דער ייִדישער אמונה און אַ מעלה פֿאַר מאַרגייט“. כאָטש דער בנין איז אימפּאָנירנדיק, קען מען נישט לײַכט דערקענען אַז דאָס איז אַ שיל. טער־בערג, אַ טשעלאָ־שפּילערין וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין דער קלעזמער־מוזיק, האָט אָבער גלײַך פֿאַרשטאַנען זײַן פּאָטענציעל ווי אַ קונסטצענטער, ווען זי האָט אים דערזען מיט עטלעכע חדשים צוריק.

„איך בין פֿאַרבײַגעגאַנגען און געקלערט: ׳דאָס וואָלט געווען אַן אידעאַל אָרט אויפֿצוטרעטן!’“

איר חבֿרטע, די באַקאַנטע עלעקטראָפּאָפּ־זינגערין אימאָדזשען העפּ, האָט זי דערמוטיקט צו קויפֿן דעם בנין, וואָס קאָסט 300,000 פֿונט, און פֿאַרוואַנדלען אים אין אַן עפֿנטלעך אָרט פֿאַר אַלע וואָס וווינען אינעם קוואַרטאַל. אַז טער־בערג האָט דערזען די אינעווייניקסטע טיילן פֿונעם בנין, אַרײַנגערעכנט טשיקאַווע מעטאַלענע באַצירונגען אינעם פֿורעם פֿון אַנאַנאַסן, האָט זי באַשלאָסן אַז דאָס וואָלט געווען אַן אידעאַל אָרט, וווּ מענטשן קענען זיך פֿאַרזאַמלען דורך די קונסטן.

„טיף אין האַרצן האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז איך דאַרף עפּעס טאָן וועגן דעם“, האָט טער־בערג געזאָגט.

בשותּפֿות מיט דרײַ אַנדערע מאַרגייטער אײַנוווינערינס, האָט זי געגרינדעט אַ ניט־פּראָפֿיטיקע אָרגאַניזאַציע און אָנגעהויבן שאַפֿן געלט אין נאָוועמבער.

טער־בערג האָט געזאָגט, אַז זי האָט איבערגעגעבן די מיטגלידער פֿון דער שיל־פֿאַרוואַלטונג וועגן איר אָרגאַניזאַציעס פּלענער, אָבער די פֿאַרוואַלטונג האָט איר געזאָגט אַז דאָס פֿאַראינטערעסירט זיי נישט. דזשערעמי דזשייקאָב, דער קאַסירער פֿון דער שיל, האָט ניט געענטפֿערט אויף אַ בקשה צו רעדן מיטן Forward, אָבער האָט געזאָגט דער אָרטיקער צײַטונג Isle of Thanet News, אַז כאָטש ער האָט יאָ גערעדט מיט טער־בערגס גרופּע, וויל די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער שיל ווײַטער ליציטירן דעם בנין.

Synagogue Interior

די אינעווייניקסטע טיילן פֿונעם בנין, איידער מע האָט זיי צעשטערט. Image by Louise Oldfield

„דער בנין האָט אויסגעפֿילט זײַן שליחות און מיר האָבן פּרובירט אים ווײַטער אָנצוהאַלטן אָבער מיר האָבן ניט געקענט צוציִען גענוג מתפּללים,“ האָט דזשייקאָבס געזאָגט דער צײַטונג.

דזשייקאָבס האָט צוגעגעבן, אַז זײַן שיל איז אַ צדקה־אָרגאַניזאַציע און אַז די פֿאַרוואַלטונג האָט דאָס אַחריות צו פֿאַרקויפֿן דעם בנין ווײַל דאָס ייִדישע לעבן אין ענגלאַנד געפֿינט זיך איצט, דער עיקר, אין לאָנדאָן.

„אין דעצעמבער ליציטירט מען דעם בנין. צום באַדויערן זענען דאָ אַ סך מענטשן וואָס רעדן אַ סך אָבער טוען ווייניק“, האָט דזשייקאָב געזאָגט.

טער־בערג און אירע שותּפֿים האָפֿן אַז די רעגירונג וועט באַצייכענען דעם בנין פֿאַר אַ היסטאָריש באַשטימטער געבײַדע, וואָס וואָלט געמיינט, אַז מע מוז פֿאַרקויפֿן דעם בנין צו אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס אַרבעט לטובֿת דעם כּלל. אויב איר גרופּע איז מצליח — זאָגט טער־בערג — וועט די שיל־פֿאַרוואַלטונג מוזן אָפּלייגן די ליציטאַציע אויף זעקס חדשים, ביז איר אָרגאַניזאַציע קען שאַפֿן די נייטיקע געלטער.

דער ציל פֿון דער קאַמפּאַניע איז איצט צו שאַפֿן 400,000 פֿונט, כּדי צו קענען אָפּקויפֿן דעם בנין אויף דער ליציטאַציע. דערנאָך וואָלט מען געשאַפֿן פּראָגראַמען געווידמעט דער אָרטיקער ייִדישער געשיכטע, אַרײַנגערעכנט אַ פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה און אַ שטענדיקע אויסשטעלונג געווידמעט דעם אָרטיקן ייִדישן לעבן. מע וויל אויך שאַפֿן פּראָגראַמען אין שײַכות מיט דער קולטור־ירושה פֿון די נײַע אײַנוווינער פֿונעם שטעטל, צווישן זיי — אַ סך מיזרח־אייראָפּעער.

טער־בערג איז שטאַרק אַנטוישט וואָס מע האָט אַ סך פֿונעם אינעווייניק שוין צעשטערט און פֿאַרקויפֿט אָבער דערווײַל האָט אירס אַ באַקאַנטער אַן אַרכיטעקט, שוין געמאַכט סקיצן וואָס שילדערן ווי אַזוי דער בנין וואָלט געקענט אויסזען אויב מע וועט אים פֿאַרוואַנדלען אין אַ קונסטצענטער.

ביז אַהער איז טער־בערג צופֿרידן מיטן אָפּרוף אויף איר אַפּעל. מע האָט שוין געשאַפֿן 8,000 פֿונט און באַקומען די שטיצע פֿונעם אַקטיאָר סטיווען בערקאָף, דעם מחבר מײַקל ראָזען, דער זינגערין אימאָדזשען העפּ און דעם פֿילמאָגראַף אַרנאָלד שוואַרצמאַן, וואָס האָט געוווּנען אַן „אָסקאַר“ פֿאַר זײַן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דעם חורבן, „גענאָציד“.

הגם די קאַמפּאַניע ווערט געשטיצט דורך חשובֿע פּערזענלעכקייטן, איז די זינגערין דווקא מער אימפּאָנירט פֿון די קלענערע נדבֿות פֿון סתּם מענטשן וואָס גיבן גלײַכצײַטיק איבער זייערע אייגענע זכרונות פֿון דער שיל און פֿונעם אָרטיקן ייִדישן לעבן.

איין שטיצער האָט געזאָגט אַז אירע עלטערן האָבן חתונה געהאַט אין דער שיל און אַז זי געדענקט דעם אָרטיקן תּלמוד־תּורה, און ווי מע האָט געמאַכט שׂימחות פֿאַר קינדער אין די אָרטיקע האָטעלן. נאָך אַ שטיצער האָט דערמאָנט ווי ער פֿלעגט שפּילן קאָרטן מיטן שילס גײַסטלעכן פֿירער (וועמען מע האָט טאַקע אָנגערופֿן אַ „רעווערענד“, ווײַל ער האָט ניט געהאַט סמיכה).

כאָטש אַ סך האָבן געשריבן מיט וואַרעמע זכרונות וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט, האָפֿט מען אַז די איניציאַטיוו וועט ברענגען מיט זיך אַ ווידער־אויפֿלעב אינעם זעלביקן ציבורישן גײַסט, מיט וועלכן מע האָט לכתּחילה געבויט די שיל.

„איך בין אַ היגער ייִדישער קינסטלער“, האָט איין שטיצער באַמערקט. „וואָס נאָך קען איך טאָן, כּדי צו העלפֿן?“

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.