קוויבעקער געריכט וואַרפֿט אָפּ אָנקלאָג וועגן דוחק אין לימודי־חול אין די ישיבֿותQuebec court rejects lawsuit over lack of secular education in yeshivas
דער ריכטער האָט אויסגעדריקט מיטגעפֿיל פֿאַר די אָנקלאָנגער אָבער דערקלערט פֿאַר וואָס ער האָט געפּסקנט אַזוי.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
אין פֿעברואַר האָבן יוחנן לאָווען און זײַן פֿרוי שיפֿרה דערקלערט אין אַ קוויבעקער געריכט, אַז נאָכן פֿאַרענדיקן די ישיבֿה אין קרית־טאַש האָט יוחנן ניט געקענט לייענען אָדער שרײַבן קיין ענגליש אָדער פֿראַנצייזיש. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט באַשולדיקט די אָרטיקע אינסטאַנצן אין ניט האָבן געטאָן גענוג צו פֿאַרזיכערן, אַז די תּלמידים אין די חסידישע מוסדות־התּורה זאָלן באַקומען אַ געהעריקע דערציִונג. דער פּראָצעס, דער ערשטער אַזאַ אין דער קאַנאַדער געשיכטע, איז פֿאָרגעקומען פֿינף יאָר נאָך דעם וואָס דאָס פּאָרפֿאָלק האָט לכתּחילה אָנגעקלאָגט דער רעגירונג אין געריכט.
(שיפֿרה לאָווען האָט געשריבן עטלעכע אַרטיקלען פֿאַרן פֿאָרווערטס).
כאָטש יוחנן און שיפֿרה, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט קרית־טאַש אין 2010, האַלטן אַז זיי האָבן שטאַרק געליטן צוליב דעם וואָס זיי האָבן זיך ניט געלערנט גענוג לימודי־חול אין די ישיבֿות, האָבן זיי ניט געמאָנט קיין פֿינאַנציעלע פֿאַרגיטיקונג. געבעטן האָבן זיי נאָר, אַז דער געריכט זאָל פּסקענען, אַז די פּראָווינץ מוז טאָן איר חלק צו פֿאַרזיכערן אַז אַלע תּלמידים אין די פּריוואַטע שולן זאָלן באַקומען אַ בילדונג וואָס פֿאָלגט די סטאַנדאַרטן פֿונעם קוויבעקער לערנפּלאַן.
פֿאַראַכטאָגן האָט אַ ריכטער אויפֿן קוויבעקער העכסטן געריכט, מאַרטין קאַסטאָנגאַו, סוף־כּל־סוף געפּסקנט אויף זייער אָנקלאָג. ער האָט אָפּגעוואָרפֿן זייער טענה, דערקלערנדיק אַז זינט דאָס פּאָרפֿאָלק האָט פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, האָט די רעגירונג שוין געהאַט אָנגענומען שריט צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ. דער ריכטער האָט אויסגעדריקט זײַן „טיפֿן מיטגעפֿיל“ די אָנקלאָגער, מחמת זיי האָבן דורכגעמאַכט שווערע יאָרן צוליב דעם וואָס זייער דוחק אין וועלטלעכער דערציִונג האָט גורם געווען, אַז זיי האָבן ניט געקענט געפֿינען קיין געהעריקע שטעלעס.
קאַסטאָנגאַו האָט דערקלערט, אַז מע האָט אין 2017 געפֿונען אַן ענדגילטיקע לייזונג צום ענין: מע דערלאָזט איצט די עלטערן זיך צו פֿאַרשרײַבן זייערע קינדער ווי „תּלמידים וואָס לערנען זיך אין דער היים“, כּדי די אָרטיקע שולראָטן זאָלן פֿאַרזיכערן אַז די קינדער באַקומען גענוג שעהען פֿראַנצייזיש, ענגליש און מאַטעמאַטיק וכדומה מחוץ די ישיבֿות. אַחוץ דעם האָט ריכטער קאַסטאָנגאַו דערקלערט, אַז די אינסטאַנצן קאָנטראָלירן הײַנט בכלל אַ סך מער די קוואַליטעט פֿון די וועלטלעכע לימודים אין די פּריוואַטע שולן, ווי מע האָט געטאָן אין די 1980ער און 1990ער יאָרן, ווען יוחנן און שיפֿרה האָבן זיך דאָרט געלערנט. דערפֿאַר האָט ער געפּסקנט, אַז מע דאַרף ניט הייסן דער רעגירונג אָנצונעמען נײַע שריט.
כאָטש דער ריכטער האַלט אַז דער מצבֿ איז איצט אַ סך בעסער, האָט אַ קוויבעקער באַאַמטערין אַליין פֿריִער געהאַט באַשטעטיקט, אַז די דערציִונג אין די חסידישע שולן איז אומדערטרעגלעך. ווי אַ טייל פֿונעם זעלביקן יורידשן פּראָצעס אין פֿעברואַר, האָט מאַריע־יאָסיי בערניער, וואָס אַרבעט פֿאַרן קוויבעקער מלוכישן דעפּאַרטעמענט וואָס באַשיצט די אינטערעסן פֿון קינדער, עדות געזאָגט אַז אַ סך חסידישע תּלמידים קענען קוים רעדן ענגליש און קענען בכלל ניט קיין פֿראַנצייזיש. לויט אַן אויספֿאָרשונג, וואָס איר דעפּאַרטעמענט האָט געמאַכט אין 2014, זענען 280 פֿון די 320 חסידישע ייִנגלעך וואָס מע האָט פֿאַרהערט געווען „הינטערשטעליק אין זייער אַנטוויקלונג‟. געוויסע האָבן אַפֿילו ניט געקענט לייענען קיין מעניו אָדער ציילן קליינגעלט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO