הערט: באַשעוויס לייענט פֿאָר דרײַ פֿון זײַנע דערציילונגעןListen: Isaac Bashevis Singer reading three of his stories
די רעקאָרדירונג געמאַכט פֿונעם שרײַבער און נאָבעל־לאַוורעאַט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זעלטענע געלעגנהייט צו הערן אַ וואַרשעווער ייִדיש.
לעצטנס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אויף „פֿייסבוק“ אַ זעלטענע רעקאָרדירונג, אין וועלכער דער שרײַבער און נאָבעל־לאַוורעאַט יצחק באַשעוויס זינגער לייענט פֿאָר דרײַ פֿון זײַנע דערציילונגען אויף מאַמע־לשון. די רעקאָרדירונג איז פֿון אַ פּלאַטע וואָס די פֿירמע האָט אַרויסגעלאָזט אין 1967. זי נעמט אַרײַן די דערציילונגען „קליין און גרויס“, „שירה און כּוזיבאַ“ און „דער צוריקגעשריגענער“.
ייִדיש־שפּראַכיקע רעקאָרדירונגען פֿון באַשעוויסן זענען ניט קיין גרויסער חידוש, נאָר כּמעט אַלע פֿון זיי וואָס זענען בנימצא אָנלײַן באַשטייען פֿון רעדעס. אַ רעקאָרדירונג אין וועלכער באַשעוויס לייענט פֿאָר זײַנע אייגענע דערציילונגען אויף ייִדיש איז יאָ אַ זעלטנהייט, כּמעט אַ יחיד־במינו.
די וואָס ווילן הערן ווי באַשעוויס לייענט פֿאָר „דער צוריקגעשריגענער“ אויף ענגליש, [קענען זי הערן אויף נאָך אַ פּלאַטע, וואָס ער האָט רעקאָרדירט צו דער זעלביקער צײַט. די דערציילונג קען מען אויך לייענען דאָ אויף זײַטל 51.
די אָ ייִדישע רעקאָרדירונג האָט אַנטדעקט דובֿ־בער קערלער. אַחוץ זײַן שטעלע ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש בײַם אינדיאַנער אוניווערסיטעט און זײַן צווייטער קאַריערע ווי אַ רעדאַקטאָר און ייִדישער פּאָעט (אונטערן פּסעוודאָנים באָריס קאַרלאָוו), איז קערלער איינער פֿון די אַקטיווסטע זאַמלער פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע מאַטעריאַלן אָנלײַן. די ווידעאָס, רעקאָרדירונגען, כּתבֿ־ידן, סקאַנירטע ביכער און זשורנאַלן, וואָס ער געפֿינט, טיילט ער דורך זײַן וועבזײַט, ווי אויך דורך עטלעכע פֿייסבוק־גרופּעס מיט וועלכע ער פֿירט אָן.
אויף פֿייסבוק האָט די רעקאָרדירונג אַרויסגערופֿן אַ סך פּאָזיטיווע קאָמענטאַרן, כאָטש מערסטנס האָט מען רעאַגירט גיכער אויף באַשעוויסעס דיאַלעקט איידער זײַן סטיל פֿון לייענען; למשל, וועגן זײַן „למד“, וואָס מע האָט אין וואַרשע אַרויסגערעדט אַנדערש ווי בײַ אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע מקומות. פֿאַר די וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין דער טעמע, האָט לייזער בורקאָ, וואָס פֿירט אָן מיטן „ייִדישן דיאַלעקטן ווערטערבוך“, צונויפֿגעפֿלאָכטן אַ סעריע אויסשניטן פֿון באַשעוויסעס רעדעס, מע זאָל קענען הערן די הויפּטשטריכטן פֿון זײַן דיאַלעקט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO