פּאָגראָמען, בלוט־בילבולים און אַנטיסעמיטיזם אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנדPogroms, blood libel and antisemitism in the Soviet Union
ניט געקוקט אױף דער אָפֿיציעלער אַנטי־רעליגיעזער ליניע, איז דער קריסטלעכער אַנטיסעמיטיזם פֿאַרבליבן בײַם פֿאָלק אַפֿילו נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע.
דאָס רבֿ היסטאָריקער האַלטן, אַז אַ סך רוסישע ייִדן האָבן געשטיצט די סאָװעטישע מאַכט נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע װײַל די רױטע אַרמײ האָט זײ באַשיצט קעגן פּאָגראָמען. אַװדאי װײַט ניט אַלע ייִדן האָבן געשטיצט דעם באָלשעװיסטישן רעזשים, און די רױטע אַרמײ איז ניט געװען אומשולדיק װאָס שײך פּאָגראָמען. אָבער צװישן אַלע פּאָליטישע און מיליטערישע רעזשימען, װאָס האָבן געהערשט אױף די שטחים פֿון דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע, איז די סאָװעטישע מאַכט מסתּמא לכתּחילה געװען בעסער פֿאַר ייִדן. דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז געװען דאָס אײנציקע לאַנד װוּ ייִדיש האָט באַקומען אַ פֿולקומע שטיצע מצד דער מלוכה. די סאָװעטישע געזעצן האָבן פֿאַרװערט אַנטיסעמיטיזם, באַצייכענענדיק אים װי אַ פֿאַרברעכן. פֿאַר דער דאָזיקער שוץ האָבן ייִדן, אַזױ װי אַלע אַנדערע סאָװעטישע פֿעלקער, געדאַרפֿט זײַן געטרײַ דער סאָװעטישער מלוכה און דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. מען האָט זיך געדאַרפֿט אָפּזאָגן פֿון רעליגיע און װאָסער ניט איז פּאָליטישער טעטיקײט, בפֿרט דער ציוניסטישער.
דער בלוט־בילבול האָט אַ לאַנגע געשיכטע אין דער געשיכטע פֿון קריסטנטום און איסלאַם. אין רוסלאַנד איז דער סאַמע באַקאַנטער פֿאַל, װען אַ ייִד איז באַשולדיקט געװאָרן אין הרגענען אַ קריסטלעך קינד כּדי אױסצוצאַפּן זײַן בלוט פֿאַר באַקן מצות, געװען דער בײליס־פּראָצעס אין קיִעװ. ער האָט געדױערט פֿון 1911 ביז 1913 און זיך פֿאַרענדיקט מיטן באַפֿרײַ־אורטײל. דאָס געריכט האָט באַשלאָסן, אַז עס איז ניט באַװיזן, אַז דװקא מנחם־מענדל בײליס האָט דערהרגעט דעם קריסטלעכן ייִנגל. דערבײַ אָבער האָט מען ניט אָפּגעלײקנט, אַז ייִדן נײטיקן זיך צו מאָל אין קריסטלעך בלוט אויף מצות.
עליסאַ בן־פּורת הייבט אָן איר בוך, „די ירושה פֿון בלוט: ייִדן, פּאָגראָמען און בלוט־בילבול אין די סאָוועטישע לענדער‟, פֿונעם בײליס־פּראָצעס. זי דערצײלט, װי נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע האָט מען אין מאָסקװע געמישפּט דעם צאַרישן פּראָקוראָר, װעלכער האָט געשטיצט די באַשולדיקונג קעגן בײליסן אין קיִעװ. דער ציל פֿונעם מאָסקװער אָפֿענעם פּראָצעס איז געװען צו דערװײַזן, אַז דער בלוט־בילבול איז אַ בײז רכילות, װאָס די צאַרישע רעגירונג און די קריסטלעכע קירך האָבן גענוצט פֿאַר רודפֿן ייִדן. פֿון דעסט װעגן, װי עס דערװײַזט בן־פּורתס פֿאָרשונג, איז דאָס דאָזיקע גלױבעניש פֿאַרבליבן לעבעדיק אין די סאָװעטישע צײַטן און האָט אונטערגעהעצט אַנטיסעמיטישע שטימונגען אין דער באַפֿעלקערונג אין פֿאַרשײדענע טײלן פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.
די בלוטיקע פּאָגראָמען בעתן בירגערקריג האָבן איבערגעלאָזט אַ טיפֿע פֿיזישע און פּסיכאָלאָגישע טראַװמע אױף ייִדן, בפֿרט אין די שטעט און שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע. אין די ערשטע יאָרן פֿון דער סאָװעטישער מאַכט האָט די סאָװעטישע געהײם־פּאָליצײ „טשע־קאַ‟ שטרענג באַשטראָפֿט די פּאָגראָמשטשיקעס. ניט זעלטן האָט מען זײ צעשאָסן נאָך אַ קורצן געריכט. אין יענער צײַט זײַנען אַ היפּשע צאָל „טשע־קיסטן‟ געװען ייִדן, און אײניקע פֿון זײ האָבן גענומען נקמה פֿאַר זײערע אײגענע קרובֿים און שכנים, װאָס האָבן געליטן אין די פּאָגראָמען.
מיט דער צײַט אָבער איז די באַציִונג געװאָרן מילדער, און אין אײניקע פֿאַלן זײַנען די געװעזענע פּאָגראָמשטשיקעס געװאָרן מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ און פֿאַרנומען װיכטיקע פּאָסטן אין די סאָװעטישע מאַכט־אָרגאַנען. אַזױ אַרום, דערװײַזט בן־פּורת, איז אַנטיסעמיטיזם ניט אויסגעראָטן געװאָרן פֿונעם סאָװעטישן לעבן. מערקװירדיק, װאָס אין די 1920ער זײַנען דװקא די העכערע אָרגאַנען פֿון דער סאָװעטישער מאַכט אין מאָסקװע געװען מער פֿאַרטאָן אין באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם, בעת אין די פּראָװינצן זײַנען די אַנטיסעמיטישע שטימונגען געבליבן גאַנץ פֿאַרשפּרײט. בהדרגה האָט די אָפֿיציעלע סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדע דערמאָנט אַלץ װײניקער די פּאָגראָמען פֿונעם בירגערקריג.
בן־פּורת שרײַבט, אַז נאָך 1935 האָט אַפֿילו די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטור מער ניט געשריבן װעגן די פּאָגראָמען פֿון יענער תּקופֿה. דאָ איז אָבער כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דװקא דער מוסטערהאַפֿטיקער רוסישער ראָמען פֿונעם „סאָציאַליסטישן רעאַליזם‟, ניקאָלײַ אָסטראָװסקיס „װי שטאָל האָט זיך פֿאַרהאַרטעװעט‟, (1934) פֿאַרמאָגט אַ בולטע שילדערונג פֿונעם פּאָגראָם, װאָס די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן האָבן געמאַכט אין דער װאָלינער שטאָט שעפּעטיװקע אין 1919. אָסטראָװסקי איז ניט געװען קײן ייִד, נאָר בײַ אים איז דער בלוטיקער פּאָגראָם אין זײַן הײמשטאָט געװען אַ טראַגישער עפּיזאָד פֿונעם בירגערקריג. זײַן ראָמאַן איז אַרױס אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון משה קולבאַק אין מינסק אין 1937. „װי שטאָל האָט זיך פֿאַרהאַרטעװעט‟ איז געװען דאָס סאַמע פּאָפּולערסטע װערק פֿון דער סאָװעטישער ליטעראַטור. ביז 1991 זײַנען אַרױס כּמעט 800 אױסגאַבעס, און די צאָל עקזעמפּלאַרן איז סך־הכּל העכער װי פֿופֿציק מיליאָן אױף 75 שפּראַכן! אין משך פֿון מער װי פֿופֿציק יאָר איז דאָס בוך געװען אַ מוז־לעקטור אין דער סאָװעטישער מיטלשול.
די סאָװעטישע ייִדישע פּאָליטיק איז באַשטימט געװאָרן דורך די אַלגעמײנע פּאָליטישע אינטערעסן און צילן פֿון דער סאָװעטישער מאַכט און איר פֿירערשאַפֿט. פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט סטאַלין ניט חושד געװען, אַז ייִדן װי אַ כּלל זײַנען אַ סכּנה פֿאַר זײַן רעזשים. מער געפֿערלעך אין זײַנע אױגן זײַנען געװען פּאָליאַקן, דײַטשן, לעטן, גריכן און אַנדערע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, װאָס האָבן געהאַט זײערע אײגענע מדינות מחוץ דעם סאָװעטן־פֿאַרבענד.
די נאַציסטישע פּראָפּאַגאַנדע בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט באַװירקט די באַפֿעלקערונג אױף די אָקופּירטע שטחים. װען ייִדן האָבן זיך גענומען אומקערן פֿון עװאַקואַציע, האָט מען זײ אָפֿט מאָל אויפֿגענומען מיט שׂינאה און צומאָל מיט געװאַלד־מעשׂים: אַ פּאָגראָם האָט אױסגעבראָכן אין קיִעוו אין 1945. די אָרטיקע סאָװעטישע מאַכט־אָרגאַנען האָבן צומאָל ניט געװאָלט העלפֿן ייִדן צוריקבאַקומען זײערע דירות און האָב־און־גוטס. ייִדן זײַנען געװאָרן די צילברעט פֿון סטאַליניסטישע רדיפֿות אין 1948–1953, נאָך דעם אָנהײב פֿון דער קאַלטער מלחמה און דעם אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל. דער הױפּט־קרבן איז געװען די ייִדישע אינטעליגענץ, בפֿרט די, װאָס האָבן געהאַט אַ שײכות צו דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אין 1953 האָט סטאַלין פֿאַרטראַכט אַ נײַע כװאַליע רדיפֿות קעגן ייִדישע דאָקטױרים, װאָס האָט װידער אױפֿגעװעקט די אוראַלטע אַנטיסעמיטישע זאַבאָבאָנעס. אָבער די דאָזיקע קאַמפּאַניע איז אָפּגעשטעלט געװאָרן עטלעכע װאָכן נאָך סטאַלינס טױט.
עס איז אָבער אַ גוזמא צו זאָגן, אַז אין יענע יאָרן האָבן די ייִדן געליטן מער פֿון סטאַלינס טעראָר ווי אַלע אַנדערע גרופּעס. מען דאַרף ניט פֿאַרגעסן, אַז נאָך דער מלחמה האָט די סאָװעטישע אַרמײ געפֿירט אַ ברוטאַלן קאַמף קעגן דעם נאַציאָנאַליסטישן װידערשטאַנד אין מערבֿ־אוקראַיִנע און די באַלטישע לענדער. דאָרט האָט מען געמאַכט מאַסן־אַרעסטן און פֿאַרשיקונגען פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג. אַ ברײטערער פֿאַרגלײַכיקער צוגאַנג װאָלט געהאָלפֿן בעסער פֿאַרשטײן סײַ די אײגנאַרטיקײט און סײַ די טיפּישקײט פֿונעם ייִדישן פֿאַל אינעם אַלגעמײנעם קאָנטעקסט פֿון דער סאָװעטישער געשיכטע.
„די ירושה פֿון בלוט‟ אַנטפּלעקט אָבער פֿאָרט אַ װיכטיקן אַספּעקט פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. עס איז אַ פּועל־יוצא פֿון אַ היפּשן פֿאָרשערישן מי און אַ װיכטיקער װיסנשאַפֿטלעכער אױפֿטו.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO