ווידעאָ: דיסקאָ אויף ייִדיש געזונגען פֿון יעקבֿ באָדאָWATCH: Disco in Yiddish, performed by Yaakov Bodo
די מוזיק אינעם פֿילם „אַז מע גיט, נעמט מען“ איז אַן אוניקאַלער פֿענאָמען אינעם ייִדישן קינאָ.
לעצטנס האָט דער יונגער ייִדישיסט און קינאָ־ליבהאָבער אַהרן בענדיטש אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב עטלעכע דיסקאָ־לידער אויף ייִדיש פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילם, „אַז מע גיט, נעמט מען“.
ביז לעצטנס האָט כּמעט קיינער מחוץ ישׂראל ניט געזען דעם פֿילם, וואָס איז געווען דער ערשטער פֿילם אויף ייִדיש וואָס מע האָט אַמאָל געמאַכט אין דער ייִדישער מדינה. דער פֿאַקט וואָס מע קען אים הײַנט בכלל זען איז בלויז צו באַדאַנקען בענדיטשן. ווי ער האָט מיר דערקלערט, זענען אין גאַנץ אַמעריקע דאָ בלויז צוויי קאָפּיעס פֿונעם פֿילם אין די ביבליאָטעקן. איינער פֿון זיי האָט ער פֿאַראַיאָרן דיגיטאַליזירט און געוויזן אַ גרופּע ייִדישיסטן.
צו זאָגן אַז „אַז מע גיט, נעמט מען“, וואָס איז אַרויס אין 1982, איז אַ מאָדנער פֿילם איז ווײַט ניט גענוג. ס׳זעט אָפֿט אויס ווי עפּעס וואָס עס וואָלט עמעצן זיך געחלומט אין קדחת. דער פֿילם איז ניט בלויז סוררעאַליסטיש, נאָר עס האַלט זיך אין איין בײַטן צווישן היפּוכדיקע ווירקלעכקייטן. מע זעט אָבער און ווידער די זעלביקע זײַטיקע אַקטיאָרן, נאָר מיט צוויי צי אַפֿילו דרײַ אָנטועכצן אין דער זעלביקער סצענע, אַזוי ווי זיי וואָלטן געווען באַזונדערע מענטשן. און אַלצדינג קומט פֿאָר, כאָטש ס׳איז ניט קלאָר פֿאַר וואָס, אין אַ האָטעל, וווּ עס קען זיך דוכטן, אַז די מאָדנע פּערסאָנאַזשן זענען שטעקן געבליבן אין אַ מין כּף־הקל.
דאָס איז, חלילה, ניט קיין קריטיק. כאָטש קיינער וועט ניט טענהן, אַז דער פֿילם איז טעכניש־גערעדט אַ גוטער, איז ער פֿון אַ קולטור־היסטאָרישן קוקווינקל יאָ אינטערעסאַנט. פֿאַר וואָס? מערסטנס צוליב דער מוזיק. ניט געקוקט אויף דעם וואָס די מוזיק איז דיסקאָ, אַ זשאַנער פֿון די 1970ער יאָרן, וואָס איז, לויט מײַן מיינונג, ניט כּדאַי ווידער אויפֿצולעבן, זענען די לידער טאַקע געראָטן און אַמאָל אַפֿילו באַחנט. און דערצו איז דער פֿילם אוניקאַל, ניט בלויז אין סטיל, נאָר אינעם צוגאַנג צו איראָניע נוסח „קעמפּ“, וואָס מע זעט ניט אין קיין אַנדערע ייִדיש־שפּראַכיקע פֿילמען (אָבער וואָס מע זעט יאָ ניט זעלטן אינעם ישׂראלדיקן קינאָ).
אינעם פֿילם שפּילט דער לעגענדאַרער אַקטיאָר יעקבֿ באָדאָ — וואָס איז דעמאָלט שוין געווען אין זײַנע 50ער יאָרן (אים צו לאַנגע יאָר) — אַ ישיבֿה־בחור, וואָס פֿירט אַ ליבע מיט אַן אַמעריקאַנער פֿרוי. פֿאַר די וואָס פֿאַראינטערעסירן זיך אין דער געשיכטע פֿון „אַז מע גיט, נעמט מען“, איז כּדאַי צו לייענען רחל קפֿריסינס אַרטיקל וועגן אים, וואָס דערקלערט פֿאַר וואָס מע קען פֿאַרשטיין דעם פֿילם ווי אַ המשך פֿון אַן אַלטן ליטעראַרישן זשאַנער בײַ ייִדן.
כאָטש דער פֿילם האָט לעצטנס צוגעצויגן אַ נײַעם עולם און אַפֿילו אינספּירירט ווידעאָס אויף „טיקטאָק“, גיט איבער אַהרן בענדיטש אַז ס׳איז אים ניט געלונגען זיך צו פֿאַרבינדן מיט יעקבֿ באָדאָ, צי די אַמאָליקע פּראָדוצירער פֿונעם פֿילם, כּדי דעם פֿילם צו פֿאַרשפּרייטן אויף אַ געהעריקן אופֿן. אַ שאָד, ווײַל ס׳איז זיכער כּדאַי דעם פֿילם ווידער צו פֿאַרשפּרייטן, דער עולם זאָל קענען הנאָה האָבן פֿון די לידער.
אָט קען מען זען נאָך עטלעכע לידער פֿונעם פֿילם:
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO