אינעם „פֿאָלקסבינע“ חנוכּה־ספּעקטאַקל וועלן אויפֿטרעטן ייִדישע אַרטיסטן פֿון גאָר דער וועלטFolksbiene “Chanukah Spectacular’’ to feature Yiddish performers from around the world
אַחוץ אַ קראַנץ ייִדישע חנוכּה־לידער וועט מען אויך הערן באַגריסונגען פֿון צענדליקער באַרימטע פּערזענלעכקייטן.
די „פֿאָלקסבינע“ אָרדנט אײַן אַ ריזיקן חנוכּה־ספּעקטאַקל מיט באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון בראָדוויי, האָליוווּד, און ייִדישלאַנד. די ערשטע טייל פֿון דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 8טן דעצעמבער, 7:00 ניו־יאָרקער צײַט, וועט באַשטיין פֿון אַ מיני־ספּעקטאַקל פֿאַר זיך ”אַרום דער וועלט מיט ייִדיש“. עס וועלן אויפֿטרעטן די זינגערין און קלעזמער־פּײַקלערין מיוואַזאָו קאָגורע (יאַפּאַן); די זינגערין פֿריידי מראָצקי (אויסטראַליע); דער זינגער און אַקטיאָר מענדי כּהנא (ישׂראל); דער זינגער עפֿים טשאָרני און די פּיאַנע־שפּילערין סוזאַנאַ גערגוס (מאָלדאָווע); די אַקטריסע דזשעני ברענדאַ (רומעניע); די זינגערין שורה ליפּאָווסקי (האָלאַנד); די מוזיקער און זינגער פּאָלינאַ שעפּהערד און מערלין שעפּהערד (ענגלאַד), און דער קאַנאַדער ייִדישער זינגער, ראַפּער און אַקטיאָר דזשאַש דאָלגין.
עס וועלן זיך אויך באַטייליקן אַ סך שטערן פֿון דער פֿאָלקסבינעס פּאָפּולערער אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך“, אַרײַנגערעכנט די אַקטיאָרן סטיווען סקײַבעל און דזשעקי האָפֿמאַן, דניאל קאַהן, דזשאָען באָרץ, ליסאַ פֿישמאַן און אָדם שאַפּיראָ, וואָס איז אויך דער קינסטלערישער רעזשיסאָר פֿונעם ספּעקטאַקל. אַ קינדערכאָר מיטן נאָמען „רעגנבויגן“ וועט אויספֿירן חנוכּה־לידער אויף ייִדיש.
פֿון דער ייִדישער בינע וועלן אויך אויפֿטרעטן דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער „פֿאָלקסבינע“ זלמן מלאָטעק; דער שטערן פֿון „די כּישוף־מאַכערין“ מיכל יאַשינסקי; דער קלעזמער־מײַסטער און דיריגענט זיסל סלעפּאָוויטש און זײַן טאָכטער דינה; דער טרומייט־שפּילער, דיריגענט און דראַמאַטורג פֿרענק לאָנדאָן; די חזנטע מאַגדאַ פֿישמאַן; די זינגערין, אַקטריסע און רעזשיסאָרין עלינאָר ריסאַ; די זינגערין דניאלה ראַבאַני; די חזנטע העטער קלײַן; די אַקטריסע עוואַ לאַפּסקער און דער זינגער עלמאָר דזשיימס.
אַחרון אַחרון חבֿיבֿ וועט דער עולם הערן פֿון אַ סך באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון האָליוווּד און בראָדוויי, צווישן זיי — די אַקרטיסע מים ביאַליק; דער פֿידלער יצחק פּערלמאַן; דער קאָמיקער און אַקטיאָר בילי קריסטל;דער אַקטיאָר מאַנדי פּאַטינקין; דער זינגער בערי מאַנילאָ; דער זינגער ניל צדקה און די סעקס־עקספּערטין ד״ר רות וועסטהײַמער.
די פּראָגראַם איז בחינם, אָבער מע וועט אים קענען קוקן בלויז ביז שבת, דעם 12טן דעצעמבער. מע קען זיך פֿאַרשרײַבן דאָ. ביז אַהער האָבן מער ווי 7,000 מענטשן זיך שוין פֿאַרשריבן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO