אַקטיאָר־זינגער דודו פֿישער און קולטור־טוער דניאל גלאַי וועלן באַקומען לעבנסווערק־אויסצייכענונגעןActor-singer Dudu Fisher and Yiddish activist Daniel Galay to be presented with lifetime achievement awards
די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור“ טיילט אויס די פּריזן ווי אַן אָנערקענונג פֿון זייער בײַטראָג ווי מוזיקער און אַקטיוויסטן.
דינסטיק, דעם 1טן דעצעמבער, וועט די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש“ אין ישׂראל אויסטיילן די הײַיאָריקע לעבנסווערק־אויסצייכענונגען פֿאַר ייִדיש־טעטיקייט דעם דעם אַקטיאָר, זינגער און חזן — דודו פֿישער, און דעם מוזיקער, קאָמפּאָזיטאָר און קולטור־טוער — דניאל גלאַי.
בײַ דער געלעגנהייט וועט מען אויך אויסטיילן די פּריזן פֿאַרן הײַיאָריקן שרײַבער־קאָנקרוס צו רות לעווין, לייבל באָטוויניק און אַלקסנדר פֿיש. די דרײַ מחברים וועלן פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿון זייערע דערציילונגען.
די צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען 6:30 אין אָוונט ישׂראל־צײַט (11:30 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט) דורך „זום“ און „פֿייסבוק־לײַוו“. כּדי צו זען די טראַנסמיסיע, גיט אַ קוועטש דאָ.
דודו פֿישער איז געבוירן געוואָרן אין פּתה־תּקווה אין 1951. אַ זינגער און אַקטיאָר, האָט ער יונגערהייט קונה־שם געווען ווי אַ חזן און האָט צו 25 יאָר אַרויסגעלאָזט זײַן ערשטן אַבלאָם, „מאמיניו“, וואָס נעמט אַרײַן בלויז חסידישע און ייִדישע לידער. במשך פֿון די יאָרן האָט ער אַרויסגעלאָזט פֿופֿציק אַלבאָמען אויף ייִדיש, העברעיִש, און ענגליש און געשפּילט הויפּטראָלעס אין מיוזיקלען אין ישׂראל, ניו־יאָרק און לאָנדאָן. ער איז אויפֿגעטראָטן פֿאַר פּרעזידענטן אינעם ווײַסן הויז, פֿאַרן פּויפּסט אין רוים און פֿאַר קעניגן איבער גאָר דער וועלט.
דניאל גלאי איז געבוירן געוואָרן אין אַרגענטינע אין 1945 און האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין 1965. ער איז אַ באַרימטער קאָמפּאָזיטאָר פֿון סימפֿאָנישע ווערק און מוזיק פֿאַר אָפּערעס, באַלעטן און קאַמער־טעאַטער. אַ סך פֿון זײַנע מוזיקאַלישע שאַפֿונגען באַגלייטן ייִדישע טעקסטן. ער איז אויך אַ לאַנגיאָריקער אַקטיוויסט לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין ישׂראל, וואָס דינט ווי דער פֿאָרזיצער פֿון „לייוויק־הויז — דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל“. אין 2009 האָט ער באַקומען דעם פּרעמיער־מיניסטער־פּריז פֿאַר קאָמפּאָזיציע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO