Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואָס איז די פֿאַרבינדונג צווישן עשׂו און רוים?What‘s the connection between Esau and Rome?

די אוראַלטע אַסאָציאַציע איז אויך געווען באַקאַנט בײַ פֿריִערדיקע קריסטן.

אין דער פּרשה פֿון דער וואָך, „ויצא‟, גייט ווײַטער די רייד וועגן יעקבֿ אָבֿינוס מחלוקת מיט זײַן ברודער עשׂו, צוליב וועלכן יעקבֿ האָט געמוזט אַנטלויפֿן צו זײַן פֿעטער, לבֿן. סוף־כּל־סוף, האָט זײַן שווערע לאַנגיאָריקע פּראַצע בײַ לבֿנען זיך געשלאָסן מיטן שאַפֿן אַ גרויסע משפּחה.

אין אומצאָליקע ספֿרים ווערט באַהאַנדלט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים די אַסאָציאַציע פֿון עשׂון מיט דער רוימישער אימפּעריע און דער קריסטלעכער אָדער, גענויער, רוימיש־קאַטוילישער ציוויליזאַציע, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ המשך פֿון רוים.

פֿון וואַנען נעמט זיך אָבער אַזאַ פֿאַרבינדונג? ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין דער קריסטלעכער טראַדיציע איז אָט־די אַסאָציאַציע אויך באַקאַנט, הגם נישט אַזוי אַנטוויקלט. פּאַול — דער קריסטלעכער אַפּאָסטל, וועלכער האָט פֿאַרשפּרייט די נײַע רעליגיע דווקא אין רוים — פֿאַרגלײַכט די רוימער מיט יעקבֿס ברודער. דאָס איז אַ קלאָרע ראַיה, אַז די פֿאַרבינדונג איז עלטער, ווי דאָס מחלוקת צווישן ייִדן און קריסטן. אַזוי ווי יעקבֿ הייסט אויך ישׂראל, טראָגט עשׂו אויך אַ צווייטן נאָמען — אדום. די אָפּאָזיציע צווישן ייִדן און די אדומים טרעפֿט זיך אינעם אַפּאָקריפֿישן ספֿר־היובֿלות; די פֿאָרשער זענען זיך משער, אַז ער איז פֿאַרשריבן געוואָרן מיט 2,150 יאָר צוריק. דער דאָזיקער ספֿר איז אָנגענומען ווי אַ הייליקער בײַ די עטיאָפּישע ייִדן; 15 עקזעמפּלאַרן פֿונעם אָריגינעלן לשון־קודשדיקן טעקסט האָט מען אַנטדעקט צווישן די מגילות־ים־המלח. הגם די חז״ל האָבן נישט אײַנגעשלאָסן דעם ספֿר־היובֿלות אין תּנ״ך, באַווײַזן זיך פֿאַרשיידענע עלעמענטן דערפֿון אין באַקאַנטע מדרשים.

די אדומים האָבן באַזעסן אַ גרויסן שטח צום דרום פֿון ים־המלח, וואָס געפֿינט זיך הײַנט טיילווײַז אין מדינת־ישׂראל און טיילווײַז אין יאָרדאַניע. יהודה המכּבי, איינער פֿון די חנוכּה־העלדן, האָט אויף אַ קורצער צײַט פֿאַרכאַפּט די אדומישע טעריטאָריע; זײַן פּלימעניק, דער האַלב־מלך יוחנן הורקנוס, האָט ווידער איבערגענומען אדום און געצוווּנגען די דאָרטיקע תּושבֿים זיך מגייר צו זײַן. ווי אַ רעזולטאַט, איז דער ייִחוס־חילוק צווישן ייִדן און אדומים במשך פֿון אַ פּאָר דורות אין אַ ממשותדיקער מאָס צעשווענקט געוואָרן. ביסלעכווײַז האָבן די אייניקלעך פֿון אדומישע גרים פֿאַרנומען וויכטיקע פּאָזיציעס; אונטער דער רוימישער השפּעה, זענען אַנשטאָט די כּהנים־חשמונאָים געקומען צו דער מאַכט אדומישע מלכים, אָנהייבנדיק פֿון אַנטיפּאַטרוס (אַנטיפּאַטער), דעם טאַטן פֿונעם באַרימטן קיניג הורדוס. צוליב דעם, האָט דער ייִדישער עולם אָנגעהויבן אַסאָציִיִרן די אַדומים מיט די רוימער.

שפּעטער האָבן זיך באַוויזן לעגענדעס, אַז די רוימישע מלכים שטאַמען אַליין פֿון קדמונים אָן פֿון עשׂו־אדום. אַ סך פֿון זיי, גאָר שיינע און פֿאַרכאַפּנדיקע, זענען געזאַמלט אין „ספֿר־הישר‟ און „יוסיפֿון‟. ביידע ספֿרים זענען געשאַפֿן געוואָרן אין מיטל־עלטער, אָבער אַנטהאַלטן אַ רײַכן אוראַלטן פֿאָלקלאָרישן מאַטעריאַל. לויט איין באַקאַנטער מעשׂה, איז איינער, צפֿו בן אליפֿז בן עשׂו, געווען דער זעלבער העלד, ווי טעזיי אין דער גריכיש־רוימישער מיטאָלאָגיע. צוליב דעם, וואָס ער האָט מנצח געווען אַ שרעקלעכן פּיפּערנאָטער, האָבן די אָבֿות פֿון די צוקונפֿטיקע רוימער אויסגעקליבן אים ווי אַ מלך.

אַ סך אדומים האָבן זיך באַצויגן צו דער רוימישער ציוויליזאַציע מיט גרויס דרך־ארץ און סימפּאַטיע, דערפֿאַר האָבן זיי געקראָגן אין ארץ־ישׂראל אַ רעפּוטאַציע פֿון „אָרטיקע רוימער‟. פֿון דער צווייטער זײַט, דערציילט יוסף פֿלאַוויוס, אַז 20,000 אַדומיש־שטאַמענדיקע ייִדן האָבן זיך באַטייליקט אינעם ייִדישן אויפֿשטאַנד קעגן רוים. מיט אַ וואָך צוריק האָב איך דערמאָנט אין מײַנעם אַן אַרטיקל די לעגענדאַרע פֿעסטונג מצדה. ס׳איז גאַנץ מעגלעך, אַז צווישן אירע באַשיצער זענען אויך געווען אייניקלעך פֿון אדומישע גרים.

ווי באַלד די רוימישע אימפּעריע האָט אָפּגעשפּילט אַ שליסל־ראָלע אין דער אייראָפּעיִשער געשיכטע, האָבן ייִדן אָנגעהויבן צו באַטראַכטן די אייראָפּעער בכלל ווי גײַסטיקע אָדער אַפֿילו בוכשטעבלעכע אייניקלעך פֿון עשׂו. אַפֿילו די גריכישע ביזאַנץ האָט זיך דאָך דערקלערט ווי אַ נײַער רוים נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון דער רוימישער אימפּעריע. די קאַראָלינגישע און, שפּעטער, די דײַטשישע קיניגן האָבן זיך אויך געהאַלטן פֿאַר אירע יורשים.

די, וואָס אַסאָציִיִרן די מערבֿדיקע ציוויליזאַציע נאָך אַלץ מיט עשׂון, זאָלן זיך אָבער דערמאָנען, אַז יעקבֿ האָט שלום געמאַכט מיט זײַן ברודער. נישט געקוקט אויף יאָרהונדערטער אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, איז דער הײַנטיקער „מעטאַפֿיזישער עשׂו‟, די מערבֿדיקע וועלט, געוואָרן דווקא אַ פֿרײַנדלעך און באַקוועם אָרט פֿאַר ייִדן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version